Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ער האָט פֿאָרױסגעזען די ירידה פֿון פּױלישן ייִדנטום 10 יאָר פֿאַרן חורבןHe predicted the downfall of Polish Jewry 10 years before the Holocaust

יעקבֿ לעשצינסקיס אַרטיקלען ברענגען צונױף סטאַטיסטיק מיט קאָנקרעטע אָבסערװאַציעס װעגן דעם ביטערן מצבֿ פֿון די ייִדן אין פּױלן פֿאַרן חורבן.

יעקבֿ לעשצינסקי (1876 – 1966) געהערט צו דעם דור פֿון ייִדישער אינטעליגענץ, װאָס האָט געשאַפֿן סאָציאַלע װיסנשאַפֿטן אױף ייִדיש. היות װי קײן מלוכישע אַנשטאַלטן מחוץ דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָבן ניט אָנערקענט ייִדיש װי אַן אַקאַדעמישע שפּראַך, האָט מען במילא געמוזט שרײַבן אַזוינע אַרטיקלען פֿאַרן ברײטן עולם אין ייִדישע צײַטשריפֿטן.

צום גליק האָט לעשצינסקי געהאַט אַ זיכערע שטעלע אין „פֿאָרװערטס‟, װאָס האָט אים דערמעגלעכט צו קאָמבינירן זשורנאַלסטיק מיט סאָציאָלאָגישע פֿאָרשונגען. אַזױ אַרום האָט ער זיך קונה־שם געװען װי אײנער פֿון די פֿירנדיקע ייִדישע סאָציאָלאָגן, און זײַנע ביכער און אַרטיקלען פֿאַרבלײַבן עד־היום צװישן די װיכטיקסטע מקורים װעגן דעם ייִדישן לעבן אין מזרח־אײראָפּע פֿאַרן חורבן. איצט קען מען אײניקע פֿון זײ לײענען אױף ענגליש אינעם באַנד „אױפֿן ראַנד פֿון אָפּגרונט׃ פֿון ייִדישן לעבן אין פּױלן (1927 – 1933)‟, רעדאַקטירט דורך פּראָפֿעסאָר ראָבערט ברים פֿון טאָראָנטאָ. דער צװײטער באַנד פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט, „די לעצטע יאָרן פֿונעם פּױלישן ייִדנטום‟, קומט האָפֿנטלעך אַרױס אין גיכן.

אױף ייִדיש איז דאָס דאָזיקע בוך אַרױס אין 1947 אין בוענאָס־אײַרעס װי אַ טײל פֿון דער סעריע „דאָס פּױלישע ייִדנטום‟, װאָס איז געװען אַ מין ליטעראַרישע מצבֿה אױף דעם מאַסן־קבֿר פֿון פּױלישע ייִדן. אין דער הקדמה (װאָס איז ניט אַרײַן אין דער ענגלישער אױסגאַבע) האָט דער מחבר דערקלערט׃ „די אַרטיקלען זענען געשריבן אין משך פֿון 7-6 יאָר, בײַ פֿאַרשײדענע געלעגנהײטן, װעגן פֿאַרשײדענע ייִדישע געמײנדעס — שטעלן זײ נישט פֿאָר מיט זיך אײן װערק, אױסגעגאָסן פֿון אײן שטיק. די שטימונג פֿון מחבר און זײַן צוגאַנג צו ייִדישע פֿראַגן און צו ייִדישע צרות — דאָס מאַכט פֿון זײ אַ גאַנצע זאַך׃ אַ פֿינצטער בילד פֿון ייִדישן לעבן אין פּױלן.‟

לעשצינסקי איז ניט געװען קײן זײַטיקער אָבסערװאַטאָר, װאָס האָט װיסנשאַפֿטלעך פֿאַרפֿיקסירט און אַנאַליזירט פּױלישע ייִדן װי אַ סאָציאָלאָגישער פֿענאָמען. װי אַ לינקער ציוניסט האָט ער געהאַט זײַן אײגענע אידעאָלאָגישע שטעלונג׃ „גײַסטיק-טעאָרעטיש אָבער בין איך מײַן גאַנץ לעבן געװען געטרײַ דעם עמיגראַציע־געדאַנק, דער עיקר אין זײַן פּאָזיטיװן אױפֿבױ־תּוך; אין דעם זין, אַז די עמיגראַציע־ענערגיע פֿון די װאַנדערנדיקע ייִדישע מאַסן מוז און זאָל װערן קאָנצענטרירט; מוז און זאָל װערן געריכטעט אױף אַ נאַציאָנאַלן בנין, אױף אַ נאַציאָנאַלער הײם, אױף נאָרמאַליזירן אונדזער נאַציאָנאַלן באָדן.‟ אונטער אָט דעם קוקװינקל האָט לעשצינסקי באַטראַכט דאָס טאָגטעגלעכע ייִדישע לעבן אין פּױלן. צװישן די יאָרן 1927 און 1933 האָט לעשצינסקי באַזוכט פּױלן רעגולער פֿון בערלין, װוּ ער איז געװען דער ראָש פֿונעם ביוראָ פֿון „פֿאָרװערטס‟. אין 1933 האָבן די נאַציסטן אים אַרעסטירט, אָבער עס האָט זיך אַרײַנגעמישט די אַמעריקאַנער רעגירונג און די דײַטשן האָבן אים באַפֿרײַט און אַרױסגעשיקט קײן פּױלן. דאָרט איז ער איז פֿאַרבליבן ביז 1937, אין 1938 איז ער געקומען קײן אַמעריקע און אין האָט עולה געװען קײן מדינת־ישׂראל.

לעשצינסקי איז געװען ניט נאָר אַ פֿאָרשער און אַ פּאָליטישער דענקער, נאָר אױך אַ באַגאַבטער דערצײלער. אין זײַנע אַרטיקלען האָט ער צונױפֿגעבראַכט סטאַטיסטישע פֿאַקטן, זײַנע פּערזענלעכע אײַנדרוקן און לעבעדיקע עפּיזאָדן פֿון לעבן. אין דעם זין איז ער געװען אַ יורש פֿון י. ל. פּרץ. פּרץ האָט אָנגעהױבן זײַן ליטעראַרישע קאַריערע אױף ייִדיש מיט „בידלער פֿון אַ פּראָװינץ־רײַזע‟, װאָס ער האָט פֿאַרפֿאַסט אױפֿן סמך פֿון דער ערשטער סטאַטיסטישער עקספּעדיציע איבער ייִדישע שטעטלעך פֿון דער לובלינער גובערניע אין פּױלן. אָבער פּרץ, להיפּוך צו לעשצינסקי, האָט ניט געהאַט קײן סך אינטערעס אין סטאַטיסטיק. װאָס פּרץ און לעשצינסקי האָבן יאָ בשותּפֿות איז דאָס געפֿיל פֿון היסטאָרישן פּעסימיזם לגבי דעם קיום פֿונעם פּױלישן ייִדנטום. בײדע מחברים האָבן דערקענט, אַז פּױלישע ייִדן האָבן ניט געהאַט קײן עקאָנאָמישן יסוד. די הױפּט־סיבה דערפֿון איז דער אַנטיסעמיטיזם אין דער פּױלישער געזעלשאַפֿט.

דאָס אומאָפּהענגיקע פּױלן צװישן בײדע װעלט־מלחמות האָט געהאַט אַ היפּשע צאָל עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען. די אינדוסטריע אין די גרױסע שטעט האָט פֿאַרלױרן דעם ריזיקן רוסישן מאַרק, װאָס האָט אונטערגעשטיצט פּױלישע װירטשאַפֿט פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה. אין מערבֿ־אײראָפּע האָט פּױלישער סחורה ניט געקענט קאָנקורירן מיט דער אָרטיקער פּראָדוקציע פֿון העכערער קװאַליטעט. די פּױלישע רעגירונג האָט סטימולירט עקאָנאָמיק דורך סובװענצן, װאָס זײַנען געגאַנגען צו קריסטלעכע אונטערנעמער און אַרבעטער, בעת ייִדן זײַנען אַרױסגעשטופּט געװאָרן פֿון דער עקאָנאָמישער אַקטיװיטעט.

לעשצינסקי האָט אָנגערופֿן די דאָזיקע פּאָליטיק „נאַציאָנאַלער באָלשעװיזם‟. ער האָט פֿאַרגליכן פּױלן מיט סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, װוּ די רעגירונג האָט נאַציאָנאַליזירט די גאַנצע אינדוסטריע אָבער ניט אַרױסגעטריבן ייִדישע יחידים פֿונעם װירטשאַפֿטלעכן לעבן. לעשצינסקי האָט געטענהט, אַז דער קרבן פֿון דער פּױלישער פּאָליטיק זײַנען געװען די ייִדישע מאַסן׃  „װי נאָר אַ צװײַג פֿון דער אינדוסטריע װערט מאָנאָפּאָליזירט, װערט ער ‚ייִדנרײּן‘. נישט דער ייִדישער פֿאַבריקאַנט אָדער גרױסער װאַלד־סוחר אָדער גרױסער תּבֿואה־עקספּאָרטער װערט רויִנירט, װי דאָס איז געװען אין רוסלאַנד, נאָר דער ייִדישער אַרבעטער, דער ייִדישער אָנגעשטעלטער, דער ייִדישער קלײנער הענדלער און דער ייִדישער בעל־מלאָכה — אָט די מאַסן װערן אַרױסגעװאָרפֿן גראָב און גרױזאַם אױף דער גאַס.‟ דאָס שרײַבט לעשצינסקי אָנהײב 1930ער יאָרן, װען דער פּאָליטישער אַנטיסעמיטיזם אין פּױלן האָט נאָך װײַט ניט דערגרײכט אַזאַ הױכע מדרגה װי סוף־1930ער יאָרן. אָבער שױן דעמאָלט איז די ירידה־טענדענץ איז פֿאַר אים געװען גאַנץ בולט.

װי עס דערמאָנט פּראָפֿעסאָר ברים אין זײַן הקדמה צו דער ענגלישער אױסגאַבע, איז לעשצינסקיס פּעסימיזם ניט געװען טיפּיש פֿאַר יענער צײַט, װען אַ היפּשע צאָל ייִדן אין פּױלן, סײַ צװישן לינקע סאָציאַליסטן און סײַ צװישן פֿרומע קאָנסערװאַטאָרן, האָבן נאָך געגלױבט אינעם קיום פֿונעם פּױלישן ייִדנטום. הײַנטיקע היסטאָריקער פֿון יענער תּקופֿה, צװישן זײ בנימין (קענעט) מאָס אין אַמעריקע און קאַמיל קיִיאַק אין פּױלן, שעפּן זײער אינספּיראַציע ניט נאָר פֿון לעשצינסקיס װערטפֿולן סטאַטיסטישן אַנאַליז, נאָר אױך פֿון זײַן שאַרפֿן און ניכטערן אַנאַליז, װאָס לערנט אונדז נעמען די פֿאַקטן ערנסט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version