איך מיט מײַנע מיט־סטודענטן פֿאָרן קיין בוענאָס־אײַרעס צו פֿאָרשן איר רײַכע ייִדיש־געשיכטעMy fellow students and I go to Buenos Aires to research its rich Yiddish history
יעדעס יאָר פֿאָרן ייִדיש־סטודענטן פֿון קאָלומביע אוניווערסיטעט אויף אַ נסיעה פֿינאַנצירט דורך דער „נעמי־פֿונדאַציע“
איך וויל באַדאַנקען פּראָפֿעסאָרשע אַגי לעגוטקאָ, װאָס האָט אָרגאַניזירט אונדזערע אַקטיװיטעטן אין בוענאָס־אײַרעס, און דניאלה גוטמאַן־ראַבנער (אַן איצטיקע פֿולברײַט־סטיפּענדיאַנטקע אין אַרגענטינע און אַן אַמאָליקע „נעמי“־סטיפּענדיסטקע) פֿאַר איר געניטשאַפֿט װי אַ טור־פֿירער, איבערזעצער און מיטפּלאַנירער.
מיט אַ װאָך צוריק בין איך געפֿאָרן קיין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע מיט זיבן אַנדערע מענטשן, אַ דאַנק דער שטיץ פֿון דער פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען „נעמי פּראַװער־קאַדאַר“. די פֿונדאַציע טיילט אויס סטיפּענדיעס פֿאַר ייִדיש־סטודענטן און ־לערער פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט, זיי זאָלן קענען פֿאָרן אויף קורצע נסיעות אין אַנדערע שטעט און לענדער, כּדי זיך צו לערנען וועגן דער געשיכטע פֿון דער אָרטיקער ייִדיש־קולטור. די „נעמי“־פֿונדאַציע פֿינאַנצירט אויך סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן וואָס פֿאַרשרײַבן זיך אויף דער ייִדיש־זומער־פּראָגראַם אין תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט.
די נסיעה־פּראָגראַם איז אונטערן אויפֿזיכט פֿון פּראָפֿעסאָרשע אַגי לעגוטקאָ, װאָס פֿירט די ייִדישע שפּראַך־קורסן אין קאָלומביע. אָנגעהויבן האָט זיך עס אין 2017 ווען זי האָט געבראַכט די סטודענטן קיין פּוילן כּדי צו פֿאָרשן דאָס אַמאָליקע ייִדישלאַנד דאָרט. אין 2022 האָט מען נישט געקענט פֿאָרן קיין פּוילן צוליב דער מלחמה אין אוקראַיִנע.
„האָבן מיר אָנגעפֿירט אַ שטודיר־נסיעה אין און אַרום ניו־יאָרק,“ האָט לעגוטקאָ געזאָגט. „דאָס איז געווען אַן אינספּיראַציע צו פֿאָרשן אַנדערע „ייִדישלענדער“ אַרום דער וועלט.“ הײַיאָר איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס די גרופּע האָט געפֿאָרשט ייִדישלאַנד אין אַרגענטינע. אין דעם אַרטיקל װעל איך דיסקוטירן די ייִדישיסטישע ערטער בײַ װעלכע מיר זײַנען צו גאַסט געװען, און דערנאָך ענדיקן מיט אַ קורצן אויספֿיר װעגן אונדזער צײַט אין אַרגענטינע װי יונגע ייִדישיסטן.
ייִװאָ אַרגענטינע
יעדער סטודענט װאָס איז מיטגעפֿאָרן קיין בוענאָס־אײַרעס האָט אַרויסגעקוקט אויף אונדזער וויזיט אינעם אַרגענטינער צווײַג פֿון ייִװאָ. די אינסטיטוציע געפֿינט זיך אין אַ קליינעם בנין אויפֿן נאָמען „שמעון דובנאָװ הויז.“ מיר האָבן זיך דאָרטן געטראָפֿן מיט פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם ליכטנבוים וועלכער האָט געהאַלטן אַ לעקציע וועגן גנבֿים־לשון און דער אונטערװעלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור (גערעדט האָט ער אַװדאי אויף ייִדיש). בשעת אונדזער שמועס האָט ער אונדז געגעבן עצות וואָס אַ ייִדישיסט דאַרף זיך לערנען אַחוץ מאַמע־לשון גופֿא: סלאַװישע שפּראַכן, העברעיִש, און „אַ שטיקל גמרא“. נאָך דעם האָבן מיר געשמועסט מיט דער אַרכיװיסטקע סילװיאַ האַנסמאַן וועלכע האָט אונדז געגעבן אַ טור פֿון די ייִװאָ קאָלעקציעס. מיר האָבן זיך אויך געטראָפֿן מיט אסתּר שװאַרץ, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן ראַטעווען די ייִוואָ־אַרכיוון נאָכן טעראָריסטישן אַטאַק אויף דער „אַמיאַ“ אין 1994.
טאַנגאָ־לעקציעס!
צװישן אונדזערע אַרכיװאַלע אַװאַנטורעס האָבן מיר אויך געפֿונען צײַט זיך צו לערנען טאַנצן אויפֿן אַרגענטינער אופֿן — טאַנגאָ. מיר האָבן געטאַנצט אַ גאַנצן אָוונט צו דער מוזיק פֿון אַסטאָר פּיאַזאָלאַ, איינעם פֿון אַרגענטינעס גרעסטע טאַנגאָ־קאָמפּאָזיטאָרן.
„איקוף“: אַ גלעזל מאַטע מיט די (אַמאָליקע) קאָמוניסטן
אינעם געגנט װיזשאַ־קרעספּאָ שטייט אַ באַשיידענער בנין מיטן נאָמען „שלום בוענאָס אײַרעס,“ אַ וועלטלעכער קהילה־צענטער. אַז מ‘גייט אַרײַן דורך די טירן קומט מען אַרײַן אין אַ הויף. אויף װײַט לינקס, אין אַ שאָטנדיקן עק, זעט מען אַ פֿענצטער װאָס קוקט אַרויס אויף אַ פּלאַקאַט מיטן וואָרט „איקוף“ — די ראשי־תּאבֿות פֿון „ייִדישן קולטור פֿאַרבאַנד“. דאָ געפֿינען זיך די אַרכיװן פֿון יענעם אינסטיטוט וואָס האָט אַ מאָל געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער אַרגענטינער ייִדישער־פּראָגרעסיװער װעלט. איצט פֿאַרנעמט זיך „איקוף“ דער עיקר מיט איר געיכטע. באַטײַטיק איז זייער נײַער אַרכיװ װאָס הייסט CeDoB Pinie Katz, אָנגעפֿירט פֿון נערינאַ װיסאַקאָװסקי. װען איך בין אַרײַנגעגאַנגען אינעם אַרכיװ־צימער האָב איך געזען די אַרכיװיסטקע גאַבריעלאַ האָרעשטיין, זיצנדיק מיט אַ כּוס מאַטע, באַפּוצט מיטן איקוף־לאָגאָ. מיר האָבן געשמועסט װעגן דער וויכטיקער ראָלע װאָס איקוף האָט אָקופּירט אין דער ייִדישער לינקער װעלט. מיר האָבן געזען פּיניע קאַצעס ייִדישע איבערזעצונג פֿון „דאָן קיכאָט“ און אַ פּאָר קאָפּיעס פֿון איקופֿס אַמאָליקער פֿעמיניסטישער צײַטונג „די ייִדישע פֿרוי.“ אומעטום, זעט מען ביכער און פּלאַקאַטן געדרוקט מיטן סאָװעטישן אויסלייג, אַרטיפֿאַקטן פֿון אַ פֿאַרשװוּנדענער מין ייִדישקייט װאָס מען האָט נאָר אַנומלט אָנגעהויבן דאָקומענטירן און פֿאָרשן נאָך צענדליקער יאָרן פֿון שווײַגן.
לעבעדיק ייִדיש
איינע פֿון די װיכטיקסטע איבערלעבונגען פֿון דער װאָך אין בוענאָס־אײַרעס איז געװען די געלעגנהייט זיך צו טרעפֿן מיט אַ גרופּע לעבן־געבליבענע אין אַ שמועס װאָס מ‘האָט אָרגאַניזירט בײַ דער „צדקה פֿונדאַציע.“ מיר האָבן גערעדט מיט זיי אויף ייִדיש װעגן זייערע געשיכטעס אינעם חורבן, און מיר האָבן זיי דערציילט װעגן דעם מצבֿ פֿונעם ייִדיש־לימוד בײַ דער יוגנט אין אַמעריקע. מאַדעלין פּולמאַן־דזשאָנס, אַ נײַע גראַדויִר־סטודענטקע אין פּויליש און ייִדיש בײַ קאָלומביע, האָט מיר דערציילט אַז זי װעט „קיינמאָל נישט פֿאַרגעסן װי גערירט מיר זײַנען געװען מיט דעם וואָס דאָס ייִדישע לשון האָט באַוויזן אָפּצוּווישן די גרענעצן פֿון געאָגראַפֿיע און געשיכטע.“
נאָך אַ װאָך פֿון שװערער אַרבעט און פֿאָרשונג, האָבן מיר אין אונדזער לעצטן אָוונט אין בוענאָס־אײַרעס געהאַט דעם פֿאַרגעניגן צו הערן די מוזיקאַלע טאַלאַנטן פֿון עטלעכע ייִדישע מוזיקערס: יאַזמין גאַרפֿונקל און דערנאָך די קאַפּעליע „פּרץ גאַרציק,“ אָנגעפֿירט פֿון יוליאַן ברענעל. זיי האָבן געשפּילט סײַ קלאַסישע כּלי־זמר־לידער סײַ נײַע קאָמפּאָזיציעס. פֿאַרן ביס האָבן זיי געשפּילט אַ פֿרײלעכס אין מיטן טאַנצפּלאַץ און אַלע האָבן גענומען טאַנצן אין אַ קרײַז. אַגבֿ, די גאַנצע װאָך האָב איך מיט די אַנדערע מיטסטיפּענדיאַנטטן גערעדט ייִדיש צװישן זיך אין כּלערלײ סיטואַציעס, און נישט נאָר אין די אַקאַדעמישע: בײַם עסן פֿרישטיק, זיצנדיק בײַם שװימבאַסיין פֿונעם האָטעל, בשעתן מאַכן (כּשרן) „פֿערנעט מיט קאָקאַ“ — אַ פּאָפּולער געטראַנק אין אַרגענטינע, אין וועלכן מע מישט צונויף קאָקאַ־קאָלע מיט דער ביטערער משקה, פֿערנעט.
מיר האָבן אַפֿילו גערעדט ייִדיש צווישן זיך בעת אונדזער וויזיט אינעם פּאַלאַץ פֿונעם אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין אַרגענטינע, מאַרק סטאַנלי. דער עיקר האָבן מיר געשמועסט װעגן דער פּרעכטיקער אַרכיטעטקור פֿונעם בנין און וועגן דער מזוזה מיט אַ בילד פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָן.
ס׳איז גרינג צו ווערן פֿאַרייִאושט ווען מע הערט פֿון צײַט צו צײַט ווי מענטשן זאָגן אַז ייִדיש װי אַ װעלטלעך לשון איז אַ טויטס. אונדזער װאָך אין בוענאָס־אײַערס האָט אונדז קלאָר דערװיזן, אַז דאָס איז ווײַט פֿונעם אמת.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO