טשיקאַוועסן: נײַע היים פֿאַרן אײַנשטײַן־אַרכיוו • שילדערונג פֿון ליובאַוויטשער רבין אין באַרצעלאָנער באַן־סטאַנציעTidbits: A new home for the Einstein archives • Barcelona metro has art depicting Lubavitcher Rebbe
די אייגנאַרטיקע פֿאָרעם פֿונעם אײַנשטײַן־הויז האָט געשאַפֿן דער אָנגעזעענער ייִדישער אַרכיטעקט דניאל ליבעסקינד.
Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!
If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.
Listen to the report here:
הערט דעם אוידיאָ דאָ:
דער העברעיִשער אוניווערסיטעט האָט אָנגעהויבן בויען אַ בנין לכּבֿוד דעם גרויסן ייִדישן פֿיזיקער אַלבערט אײַנשטײַן (1879־1955). אינעם „אײַנשטײַן־הויז“ וועט מען האַלטן דעם אַרכיוו פֿון דעם וועלטבאַרימטן נאָבעל־לאָרעאַט.
די אייגנאַרטיקע פֿאָרעם פֿונעם אײַנשטײַן־הויז האָט געשאַפֿן דער אָנגעזעענער ייִדישער אַרכיטעקט דניאל ליבעסקינד. דער בנין וועט שטיין לעבן דעם גבֿעת־רם קאַמפּוס פֿונעם אוניווערסיטעט.
איידער אײַנשטײַן איז געשטאָרבן האָט ער איבערגעגעבן דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אַלע זײַנע ווערק, ווי אויך זײַן אינטעלעקטועל אייגנס. דער אַרכיוו נעמט הײַנט אַרײַן מער ווי 82,000 חפֿצים. דער אינסטיטוט וועט באַטאָנען די השפּעה פֿון אַלע אײַנשטײַנס אַנטדעקונגען; זײַן אַקטיוויזם אויפֿן פֿראָנט פֿון הומאַניטאַרע און ציווילע רעכט, און זײַן טיפֿע איבערגעגעבנקייט צום העברעיִשן אוניווערסיטעט, מדינת־ישׂראל און דעם ייִדישן פֿאָלק.
אינעם באַרצעלאָנער מעטראָ הענגט איצט אַ קינסטלערישע שילדערונג פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָהן.
דאָס בילד האָט געשאַפֿן מישעל לוי, אַ בריטישע קינסטלערין וואָס וווינט הײַנט אין רעננה, ישׂראל. איר בילד איז טייל פֿונעם „קונסט־טונעל“ — אַ צײַטווײַליקער אויסשטעלונג פֿון די ווערק פֿון 837 קינסטלער.
אינעם בילד זעט מען דעם רבין, אַרומגערינגלט מיט מענטשן וואָס טוען מיצוות ווי, למשל, אַ מיידל וואָס צינדט די שבת־ליכט; צוויי מאַנסבילן וואָס טראָגן תּפֿילין, און אַ בילד פֿונעם ציפֿער 770 — די גימטריה פֿונעם וואָרט „משיח“ און דער ציפֿער פֿונעם אַדרעס פֿון דער ליובאַוויטשער הויפּטקוואַרטיר אין ברוקלין, ניו־יאָרק: 770 איסטערן פּאַרקוויי.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO