נײַער נומער „ביראָבידזשאַן‟ נעמט אַרײַן ווערק פֿון 17 הײַנטיקע פּאָעטןNew issue of Birobidzhan Almanac includes works by 17 contemporary Yiddish poets
די ייִדישע לידער, באַגלייט מיט דער רוסישער איבערזעצונג, האָבן אָנגעשריבן פּאָעטן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, רוסלאַנד, ישׂראל און אַנדערע לענדער.
אינעם נײַעם טאָפּלטן נומער (17טן און 18טן) פֿונעם אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן‟ איז אַרײַן אַ קורצע אַנטאָלאָגיע פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער פּאָעזיע מיט רוסישע איבערזעצונגען. אין דער אמתן, קאָן זי פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר אַ גאַנץ וויכטיק בוך פֿאַר זיך. אויף ביידע שפּראַכן צוזאַמען פֿאַרנעמט די אַנטאָלאָגיע 90 זײַטלעך און אַנטהאַלט די ווערק פֿון 17 דיכטער, וואָס וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, רוסלאַנד, ווײַסרוסלאַנד, ישׂראל, ענגלאַנד, פּוילן און פֿראַנקרײַך.
דער אַלמאַנאַך איז צוטריטלעך אין דער עלעקטראָנישער פֿאָרעם פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אויף דער אינטערנעץ. צוליב דער נײַער אַנטאָלאָגיע, קאָן זיך יעדער רוסיש־רעדער איצט באַקענען מיט די הײַנטיקע ליטעראַרישע שאַפֿונגען אויף ייִדיש. דער דורכשניטלעכער עלטער פֿון די דיכטער איז בערך 60 יאָר; דער עלטסטער איז לעוו בערינסקי, געבוירן אין 1939, און דער ייִנגסטער – מאַרעק טושעוויצקי, געבוירן אין 1981. ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז ווײַט ניט אַלע הײַנטיקע ייִדישע דיכטער זענען אַרײַן אין דער אַנטאָלאָגיע, נאָר דווקא די, וואָס שרײַבן כּסדר במשך פֿון אַ סך יאָר און שאַפֿן ווערטיקע ליטעראַרישע ווערק. יעדער נאָמען ווערט באַגלייט מיט אַ קורצער ביאָגראַפֿיע אויף ביידע לשונות.
ווי באַלד דער נומער איז אַ טאָפּלטער, פֿאַרנעמט ער איבער 350 זײַטלעך. אינעם ייִדישן טייל (95 זײַטלעך) איז אַרײַן מײַן פֿאַרגלײַך־אַרטיקל וועגן די ייִדן און עווענקן (אַ שבֿט אין צפֿון־סיביר) מיט איבערזעצונגען פֿון עווענקישער פּאָעזיע אויף ייִדיש. די עווענקן זענען די אוראַלטע תּושבֿים פֿון דער איצטיקער סאָוועטיש־שטאַמיקער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט; זייערע אור־אָבֿות האָבן דאָרט געוווינט במשך פֿון טויזנטער יאָרן. דער עצם־נאָמען פֿון ביראָביבידזשאַן שטאַמט טאַקע פֿון עווענקיש. דאָס דאָזיקע פֿאָלק, אויך באַקאַנט אין דער געגנט ווי אָראָטשאָנען און טונגוסן, פֿיגורירט אין די ווערק פֿון אַ צאָל ביראָבידזשאַנער ייִדישע שרײַבער. אינעם אַלמאַנאַך זענען אויך אַרײַן ניקאָלײַ באָראָדולינס היסטאָרישער אַרטיקל וועגן דעם אַמעריקאַנער קאָמפּאָזיטאָר יעקבֿ שייפֿער און זײַן אָראַטאָריע אויף פּרץ מאַרקישעס ווערטער וועגן ביראָבידזשאַן, מײַנע אַ פֿאַנטאַסטישע דערציילונג און וואַלערי דימשיצעס חידושדיקע פֿאָרשונג פֿון אַ געוויסער היסטאָרישער דאַטע אין שײַכות מיט מאַני לייבס דיכטונג.
וואָס שייך דעם רוסישן טייל, אַנטהאַלט זי אַ ריי ליטעראַרישע און פֿאָרשערישע ווערק, וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש אָדער וואָס זייערע מחברים זענען ייִדיש־רעדער צי ייִדיש־פֿאָרשער. ייִדיש און ייִדישע טעמעס, אַרײַנגערעכנט גאַנצע אויסדרוקן אויף לשון־קודש, ווערן דערמאָנט אין דער עסיי מיט לידער פֿונעם שטאָטישן אַרציביסקופּ עפֿרעם (ציווילער נאָמען – ראָמאַן פּראָסיאַנאָק). אויך אינטערעסאַנט איז דער קינסטלערישער חלק, וווּ עס ווערן רעפּרעזענטירט די שאַפֿונגען פֿונעם מאָלער אַלכּסנדר שוריץ (1945 – 2017), באַגלייט מיטן אַרײַנפֿיר פֿונעם ביראָבידזשאַנער קינסטלער וולאַדיסלאַוו צאַפּ. די אויסגאַבע האָט רעדאַקטירט יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, די שעף־רעדאַקטאָרין פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟.
מײַנע איבערזעצונגען פֿון עווענקיש זענען אַ מין המשך פֿון אַנדערע מינים עטנישע קולטור־מאַטעריאַלן, וואָס זענען דערשינען אין די פֿאָריקע נומערן פֿונעם אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן‟. למשל, אינעם 16טן נומער, וואָס איז דערשינען אין 2021, זענען אַרײַן וועלוול טשערנינס איבערזעצונגען פֿונעם הײַנטצײַטיקן רוסיש־קאָרעיִשן דיכטער כע נאַם יאָגי (ראָמאַן כע). אַמאָל האָבן די קאָרעער געשפּילט גאָר אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. אַ סך האָט געשריבן וועגן זיי דער ייִדישער שרײַבער לעאָן תּלמי. דעם 26סטן סעפּטעמבער 1937 האָט אָבער די סאָוועטישע רעגירונג באַשלאָסן צו פֿאַרשיקן זיי קיין קאַזאַכסטאַן און צענטראַל־אַזיע צוליב סטאַלינס פּאַראַנאָיִישן חשד, אַז צווישן די קאָרעער טרעפֿן זיך, כּלומרשט, צו פֿיל יאַפּאַנישע שפּיאָנען. דער שרײַבער תּלמי איז געוואָרן איינער פֿון די קרבנות פֿונעם טרויעריק באַוווּסטן 12טן אויגוסט 1952. פֿון דעסט וועגן, וווינען הײַנט אין רוסלאַנד בערך 150 טויזנט קאָרעער, אַרײַנגערעכנט גוט באַוווּסטע קולטור־טוער.
די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט געפֿינט זיך אויף דער גרענעץ צווישן רוסלאַנד און כינע; איידער די ערשטע ייִדן האָבן זיך דאָרטן באַוויזן, האָבן דאָרט במשך פֿון דורות געלעבט פֿאַרשיידענע אַלטגעזעסענע עטנישע גרופּעס. זייערע ערשטע קאָנטאַקטן מיט ייִדיש־רעדער זענען פֿאָרגעקומען נאָך אינעם 19טן יאָרהונדערט, ווען אַ צאָל ייִדן האָט די צאַרישע רעגירונג פֿאַרשיקט אין יענע ווײַטע מקומות פֿאַר רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט. עטלעכע פֿון זיי זענען געוואָרן פּראָמינענטע עטנאָגראַפֿן, פֿאָרשער פֿון די אָרטיקע שבֿטים און זייערע לשונות.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO