Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

הרבֿ גרשון איידלשטיין, גדול־הדור, איז נפֿטר געוואָרן צו 100 יאָרRabbi Gershon Edelstein, leader of Haredi Jewry, dies at 100

ר׳ גרשון האָט דאָס גאַנצע לעבן געפּריידיקט אַהבֿת־ישׂראל און אָפֿט גערופֿן פֿאַר אַחדות צווישן די פֿרומע און פֿרײַע ייִדן.

דינסטיק, דעם 30סטן מײַ, איז הרבֿ ירחמיאל גרשון איידלשטיין — דער ראש־ישיבֿה פֿון דער פּאָנעוועזשער ישיבֿה אין בני־ברק און אַן אָנגעזעענער רבֿ איבער דער וועלט — געשטאָרבן צו 100 יאָר.

זינט דער פּטירה פֿון הרבֿ חיים קאַניעווסקי אין מאַרץ 2022 איז ר׳ גרשון אָנערקענט געוואָרן ווי דער פֿירער פֿון דער ליטווישער חרדישער עדה אין ישׂראל. ער איז אויך געווען דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער ישׂראלדיקער חרדישער פּאַרטיי „דגל התּורה“.

בערך 200,000 מענטשן זענען בײַגעווען אויף דער לוויה דינסטיק נאָך מיטאָג אין בני־ברק.

ר׳ גרשון איז געבוירן געוואָרן אין 1923, אינעם שטעטל שומיאַטש לעבן סמאָלענסק, אינעם נײַעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער טאַטע איז געווען אַ באַקאַנטער תּלמיד־חכם, הרבֿ צבֿי־יהודה איידלשטיין, און די מאַמע, מרים מאָבשאָוויטש, האָט אויך געשטאַמט פֿון אַ רבנישער משפּחה. ווען גרשון און זײַן ברודער יעקבֿ האָבן דערגרייכט דעם עלטער ווען מע דאַרף זיי פֿאַרשרײַבן אין דער מלוכישער שול האָט די מאַמע באַוויזן צו קריגן פֿאַלשע מעטריקעס, באַשטעטנדיק אַז זיי זענען דרײַ יאָר ייִנגער, כּדי זיי זאָלן נישט דאַרפֿן גיין אַהין. די שול איז געווען אונטערן אויפֿזיכט פֿון אַן אַנטי־רעליגיעזן צווײַג פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.

נישט לאַנג נאָך דעם איז די מאַמע געשטאָרבן פֿון טיפֿוס, און אין 1934 האָט דער טאַטע געבראַכט די צוויי זין קיין ארץ־ישׂראל, וווּ זיי האָבן זיך באַזעצט אינעם דאָרף רמת השרון.

אין 1945 האָט דער ראש־ישיבֿה פֿון דער נײַער פּאָנעוועזשער ישיבֿה אין בני־ברק געבעטן ר׳ צבֿי־יהודה, אויב זײַנע צוויי בחורים, שוין אַליין באַקאַנטע ווי תּלמידי־חכמים, קענען קומען לערנען אין דער ישיבֿה. דער חזון־איש און דער בריסקער רבֿ האָבן ביידע רעקאָמענדירט די צוויי זין זײַנע. דער טאַטע האָט מסכּים געווען און זיי האָבן זיך אַריבערגעצויגן קיין בני־ברק. דער יונגער גרשון האָט אָנגעהויבן לערנען תּורה מיט אַ גרופּע יתומים, לעבן געבליבענע פֿון חורבן, און איז פֿאַרבליבן זייער רבי אויף לאַנגע יאָרן.

שפּעטער איז ר׳ גרשון אַליין געוואָרן דער ראש־ישיבֿה פֿון דער פּאָנעוועזשער ישיבֿה.

דער זשורנאַל „משפּחה“ גיט איבער אַז די ברידער גרשון און יעקבֿ האָבן פֿון יונגערהייט אָן געהאַט אַ טיפֿן פֿאַרשטאַנד פֿון אַהבֿת־ישׂראל. בעת זיי האָבן געוווינט אין רמת השרון איז דאָרט געווען בלויז איין בית־מדרש. האָבן זיי דאָרט פֿאַרבראַכט גאַנצע טעג, זיך צוגעהערט צום טאַטנס טעגלעכן משניות־שיעור און געדאַוונט מיט אים. דאָרט האָבן זיי זיך אויך באַקענט מיט די אָרטיקע פֿאַרמער און בעלי־מלאכה.

איין מאָל האָט דער טאַטע געלערנט מיט די זין מסכת כּיליים (די דינים וועגן זאַכן וואָס מע טאָר נישט צונויפֿמישן, ווי למשל דעם פֿאַרווער צו טראָגן מלבושים געמאַכט פֿון וואָל און לײַוונט). ווען דער טאַטע האָט גענומען רעדן וועגן די דינים פֿון עריגה, וועבערײַ, האָבן זיי געפֿרעגט איינעם, אַ פּוילישן ייִד, וואָס האָט אַ מאָל געהאַט אַ שטריקערײַ אין דער אַלטער היים, וועגן דעם וועב־פּראָצעס. „דאָס פּנים פֿון דעם ייִד האָט אויפֿגעלויכטן בעת ער האָט געהאָלפֿן דעם רבֿ דערקלערן דעם קאָמפּליצירטן באַגריף פֿאַר די תּלמידים,“ איז געשטאַנען אינעם אַרטיקל.

אין די שפּעטערע יאָרן האָט דאָס געפֿיל פֿון אַהבת־ישׂראל אים ווײַטער באַגלייט. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע רבנים וואָס האָבן אָפֿט פֿאַרדאַמט סעקולערע ייִדן האָט ר׳ גרשון תּמיד געפּריידיקט אַחדות צווישן די פֿרומע און פֿרײַע.

ר׳ גרשון האָט פֿאַראָבֿלט קינדער, אייניקלעך, אור־אייניקלעך און אור־אור־אייניקלעך, אַרײַנגערעכנט איינעם וואָס איז געבוירן געוואָרן אַ שעה נאָך זײַן פּטירה. זײַן פֿרוי העניע איז געשטאָרבן אין 2001.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.