בערקלי — אַ צוקונפֿטיקער צענטער פֿאַרן ייִדיש־לימוד?Can Berkeley become the next center for Yiddish studies?
דער אוניווערסיטעט האָט אַ שטאַרקע לערערשאַפֿט פֿאַר ייִדיש און עטלעכע זייער טאַלאַנטירטע גראַדויִר־סטודענטן.
אַז עס רעדט זיך וועגן די בעסטע אוניווערסיטעטן אין לאַנד דערמאָנט מען געוויינטלעך די „אײַווי־ליג“־שולן אויפֿן מיזרח־ברעג. אָבער צווישן די הויך־געשאַצטע אוניווערסיטעטן פֿון דער וועלט געפֿינט זיך אויך בערקלי. לויט דער „אַקאַדעמישער גראַדירונג פֿון אוניווערסיטעטן איבער דער וועלט“ (ARWU) שטייט בערקלי אויפֿן פֿינפֿטן אָרט; לויט דער גראַדירונג פֿון U.S. News — אויפֿן פֿערטן אָרט.
סײַ פֿאַר די „האַרטע“ וויסנשאַפֿטן, סײַ פֿאַר די „ווייכע“ איז בערקלי אַ וועלטצענטער. אויפֿן קאַמפּוס זײַנען דאָ ספּעציעלע פּאַרקיר־פּלעצער רעזערווירט פֿאַר געווינערס פֿון דער נאָבעל־פּרעמיע. 110 פּראָפֿעסאָרן זענען דאָרט געווען נאָבעל־לאַורעאַטן — מער ווי בײַ אַלע אַנדערע אוניווערסיטעטן אַחוץ האַרוואַרד און קעמברידזש. דאָס זײַנען מערסטנס פֿיזיקערס און כעמיקערס, אָבער אויך נישט ווייניק פֿיזיאָלאָגן און עקאָנאָמיסטן. ס׳איז אויך געווען איין ליטעראַט: דער גרויסער פּוילישער פּאָעט טשעסלאַוו מילאָש, וואָס האָט געלערנט 18 יאָר אינעם אָפּטייל פֿאַר סלאַוויסטיק. מילאָש איז, אַגבֿ, געווען פֿון ווילנע און אַן אוהבֿ־ישׂראל, געהאָלפֿן ראַטעווען ייִדן בעת דער צווייטער־וועלט־מלחמה. מדינת־ישׂראל האָט אים אָנערקענט ווי אַ חסיד אומות העולם.
בערקלי האָט אויך אַ קאָנטראָווערסיעלע געשיכטע. דעם נײַעם פֿילם „אָפּענהיימער“, וועגן דעם ייִדישן פֿיזיקער, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן „מאַנהעטן פּראָיעקט“ צו שאַפֿן די ערשטע אַטאָם־באָמבעס, האָט מען צום טייל פֿילמירט אויפֿן בערקלי־קאַמפּוס. דאָרט האָבן די פֿיזיקערס אַנטדעקט דעם עלעמענט פּלוטאָניום, וואָס זיי האָבן געניצט פֿאַר דער אַטאָם־באָמבע — דער טרויעריק באַרימטער אַטאַק וואָס האָט צעשטערט נאַגאַסאַקי.
אין די 1960ער יאָרן איז דער קאַמפּוס געוואָרן אַ צענטער פֿון סטודענטישע פּראָטעסטן קעגן דער וויעטנאַם־מלחמה. זינט דעמאָלט האָט בערקלי אַ שם פֿאַר אַקטיוויזם און ראַדיקאַליזם, וואָס שפּילט אַ ראָלע ביז הײַנט אין דער אַמעריקאַנער פֿאָלקס־פֿאַנטאַזיע. מסתּמא העלפֿט דער דאָזיקער שם צוצוציִען סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע מינים, ספּעציעל פֿאַר די הומאַניסטישע וויסנשאַפֿטן.
פֿאַקטיש האָבן די הײַנטיקע בערקלי־סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן נישט קיין סך צײַט פֿאַר אַקטיוויזם, ווײַל זיי אַרבעטן כּסדר: לערנען, פֿאָרשן, שרײַבן. ווער עס פֿוילט זיך, דעם וואַרפֿט מען אַרויס. די מערסטע סטודענטן (כאָטש נישט אַלע) זײַנען אַמביציעזע און ערנצטע יונגע־לײַט, וואָס זײַנען געווען די בעסטע סטודענטן אין זייערע מיטלשולן. אַ סך זײַנען קינדער פֿון אימיגראַנטן וואָס האָבן אין זיי אײַנגעפֿלאַנצט די האָפֿענונג פֿאַר אַ בעסער לעבן. נישט ווייניק סטודענטן ווייסן שוין פֿון אָנהייב, אַז זיי ווילן ווערן מיקראָביאָלאָגן, קאָמפּיוטער־אינזשענירן, מאַרקעטינג־קאָנסולטאַנטן, און נאָך קאַריערעס אַזעלכע. בײַ זיי מוז אַלץ האָבן אַ תּכלית.
פֿאַר אַ צאָל טאַלאַנטירטע סטודענטן איז איין תּכלית געוואָרן ייִדיש. צענדליקער יאָרן האָט פּראָפֿ׳ חנה קראָנפֿעלד געלערנט די העברעיִשע און ייִדישע ליטעראַטור, בעת ד״ר יעל חבֿר האָט מערסטנס געלערנט די ייִדישע שפּראַכקורסן. צוזאַמען האָבן זיי טרענירט עטלעכע דורות ייִנגערע פֿאָרשערס, וואָס פֿאַרנעמען הײַנט אַקאַדעמישע פּאָסטנס איבער דער וועלט. לעצטנס האָבן זיך ביידע עמעריטירט און עס זײַנען צוגעקומען עטלעכע נײַע פּנימער.
דעם פֿרילינג האָט אָנגעהויבן לערנען פּראָפֿ׳ רוני מזל, אַ מומחה פֿון דער העברעיִשער און ייִדישער ליטעראַטור. אינעם לינגוויסטיק־אָפּטייל לערנט שוין פֿיר יאָר לאַנג פּראָפֿ׳ אײַזיק בלימאַן, וואָס ער איז איינער פֿון די בעסטע פֿאָרשערס פֿון דער ייִדישער לינגוויסטיק אויף דער וועלט. דערווײַל זײַנען מזל און בלימאַן זייער פֿאַרנומען מיט אַלגעמיינע קורסן, נישט דווקא וועגן זייער ספּעציאַליזירונג, אָבער מיט דער צײַט האָפֿט מען אַז די צאָל קלאַסן וועגן ייִדיש און וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור וועט וואַקסן.
אין האַרבסט 2021 האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ ייִדיש־לעקטאָר אין בערקלי. ווײַל די צאָל סטודענטן איז נישט געוואַלדיק גרויס, האָב איך געהאַט די געלעגנהייט זיך נעענטער צו באַקענען מיט זיי. דאָס ערשטע יאָר האָב איך געהאַט מזל, וואָס אַ נײַער גראַדויִר־סטודענט אין סלאַוויסטיק, משה (מישאַ) לערנער, האָט געוואָלט זיך לערנען. ער איז אַ גרויסער מבֿין אין דער רוסישער ליטעראַטור, אָבער פֿאַרנעמט זיך אויך מיט דער ייִדישער ליטעראַטור בײַ דער זײַט. פּונקט ווי זײַן נאָמען גיט אָנצוהערן, איז ער אַן ערנצטער און איבערגעגעבענער ייִדיש־לערנער, וואָס וועט דעם זומער זיך ווײַטער לערנען אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם — צום צווייטן מאָל. נאָך עטלעכע גראַדויִר־סטודענטן האָבן זיך געלערנט ייִדיש בײַ ד״ר יעל חבֿר.
איך וויל ספּעציעל דערמאָנען נתן הערשל לעווין, וואָס פֿאָרשט די אַלט־גריכישע ליטעראַטור, דער עיקר — דעם פּאָעט האָמער, אָבער געפֿינט אויך צײַט פֿאַר כּלערליי אַנדערע אינטערעסן. די חבֿרה איז אַזוי קלוג און געלערנט, אַז איך שעפּ פֿון זיי אַזוי פֿיל ווי זיי שעפּן פֿון מיר.
טאַקע צוליב דעם וואָס עס זענען דערווײַל דאָ ווייניק סטודענטן אין די ייִדיש־קלאַסן, קומט אַ דאַנק די מענטשן, וואָס דערמעגלעכן, אַז די קורסן זאָלן פֿאָרקומען; דער עיקר, דער פֿאָרזיצערין פֿונעם דײַטשן אָפּטייל, פּראָפֿ׳ קאַרען פֿעלדמאַן, און דעם פֿאָרזיצער פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים, פּראָפֿ׳ דזשאָן עפֿרון.
אויף ווײַטער האָף איך, אַז מער סטודענטן און יונגע ייִדישיסטן וועלן קומען קיין בערקלי און געניסן פֿון די ייִדיש־מומחים דאָ. מיט אַזאַ שטאַרקער לערערשאַפֿט, וואָלט מען שוין געדאַרפֿט הערן ייִדיש אין די גאַסן. אָבער דערווײַל איז מיר חשובֿער איכות ווי כּמות.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO