Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אין יוסף ראַבינאָוויטשעס קלויסטער זענען די דרשות געווען אויף ייִדישIn Joseph Rabinowitz’s church, the sermons were in Yiddish

דער אָפּשטאַמיקער פֿון חסידים האָט נישט באַטראַכט זײַן סעקטע ווי אַ פֿרעמדע רעליגיע, נאָר ווי אַ באַנײַטע פֿאָרעם פֿון ייִדישקייט

די אידעע פֿון אַ קלויסטער, וווּ דער עולם דאַוונט אויף ייִדיש, קלינגט הײַנט ווי אַ פּורים־וויץ. די הײַנטיקע אַמעריקאַנער מיסיאָנערישע אָרגאַניזאַציעס, ווי „ייִדן פֿאַר יעזוס‟ באַשטייען על־פּי־רובֿ פֿון אַסימילירטע ייִדן, און אָפֿט בכלל נישט קיין ייִדן, וואָס קענען בלויז ענגליש און זענען, געוויינטלעך, אַזוי ווײַט פֿון ייִדישקייט, שוין אָפּגערעדט פֿון ייִדיש, ווי פֿון דער לבֿנה.

מיט 120 יאָר צוריק איז אין קעשענעוו ניפֿטר געוואָרן יוסף ראַבינאָוויטש — לכתּחילה אַ יונגער חסיד, דערנאָך אַ משׂכיל, און שפּעטער — דער גרינדער פֿון אַן עקסצענטרישער קריסטלעך־ייִדישער חבֿרה. זײַן קהילה האָט נישט געוואָלט זיך אָפּרײַסן פֿון דער ייִדישער וועלט און ווערן אַ טייל פֿון דער קאַטוילישער, פּראַוואָסלאַוונער צי וועלכער־ניט־איז אַנדערער נישט־ייִדישער קירך. ממילא, האָבן זיי זיך דערטראַכט צו שאַפֿן אַן אייגענעם נוסח תּפֿילות אויף ייִדיש. זייער שיטה האָבן זיי באַטראַכט נישט ווי אַ פֿרעמדע רעליגיע, נאָר דווקא ווי אַ ראַדיקאַל באַנײַטע פֿאָרעם פֿון ייִדישקייט — אַ מין רעפֿאָרם־יהדות מיט אַ פּראָטעסטאַנטישן טעם.

יוסף ראַבינאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין 1837 אינעם בעסאַראַבישן שטעטל רעזינע. זײַן מאַמע איז געשטאָרבן, ווען ער איז געווען אַ קליין קינד, און ער האָט זיך באַזעצט צוזאַמען מיטן טאַטן בײַ זײַן חסידישן זיידן פֿון דער מאַמעס צד. אַזוי ווי דער זיידע, איז דאָס אייניקל געוואַקסן ווי אַ ראַשקעווער חסיד. בײַ 11 יאָר איז ער אַריבער אינעם הויז פֿון זײַן באָבע פֿונעם טאַטנס צד, וווּ ער האָט זיך באַקענט מיט דער ירושה פֿונעם באַרימטן צדיק רבי רפֿאל בערשעדער, דער הויפּט־תּלמיד פֿון רבי פּינחס קאָריצער. אין אַ יונגן עלטער האָט דער בחור זיך פֿאַרטיפֿט אין קבלה.

יוסף ראַבינאָוויטשס געדאַנקען־גאַנג האָט זיך געביטן, ווען ער האָט זיך באַקענט מיט די פֿרײַדענקערישע משׂכּילים, אָנגעהויבן לייענען וועלטלעכע ליטעראַרטור און שטודירן פֿילאָסאָפֿיע — דער עיקר, דעם רמב״מס „מורה נבֿוכים‟. אין דער זעלבער צײַט, האָט ער איבערגעלייענט די קריסטלעכע ביבל. במשך פֿון דער צײַט, איז ראַבינאָוויטש געוואָרן אַ רײַכער סוחר, אַ כּלל־טוער און אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון דער באַקאַנטער משׂכּילישער צײַטונג „המליץ‟.

נאָך די בלוטיקע פּאָגראַמען פֿון די 1880ער און אַן אַנטוישנדיקן באַזוך אין ארץ־ישׂראל, האָט ראַבינאָוויטש זיך דערווײַטערט פֿון דער קלאַסישער ראַציאָנאַליסטישער השׂכּלה און צוגעטראַכט אַן אייגנאַרטיקן סינטעז פֿון ייִדישקייט און קריסטלעכקייט. נאָכן אַרויסגעבן אַ ייִדיש־קריסטלעכן פּאַמפֿלעט, וווּ ער דערקלערט די יסודות פֿון זײַן שיטה, האָט ער אין 1884 געעפֿנט אין קעשענעוו אַן אייגענע קהילה — אַ האַלב־ייִדישע, האַלב־קריסטלעכע — וווּ מע האָט געדאַוונט לויט זײַן נוסח אויף ייִדיש. איבעריק צו זאָגן, האָט בײַ די קעשענעווער ייִדן אַזאַ קהילה אַרויסגערופֿן אַ גרויסע מהומה; צוליב זייער דרוק אויף די אָרטיקע רעגירונג־אינסטאַנצן האָט מען די אומגעוויינטלעכע „קלויסטער־שיל‟ מיט אַ יאָר שפּעטער פֿאַרמאַכט.

דאָס האָט נישט פֿאַרלאָשן ראַבינאָוויטשס ענטוזיאַזם. ער איז אָפֿיציעל געוואָרן אַ פּראָטעסטאַנט און אַרויסגעגעבן זײַן אייגענעם „סידור‟ אויף לשון־קודש און אויף ענגליש אין 1885. די הויפּטשטראָמיקע קריסטן האָט זײַן טעטיקייט אויך אויפֿגערעגט, ווײַל ראַבינאָוויטש טענהט אין זײַנע ווערק, אַז ייִדן בלײַבן דאָס אויסדערוויילטע פֿאָלק, און אַז די אָריגינעלע קריסטלעכע אמונה איז דווקא אַ ייִדישע ירושה.

אין מײַ 1899 איז יוסף ראַבינאָוויטש געשטאָרבן פֿון מאַלאַריע. דער גרויסער רוסישער פֿילאָסאָף וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו, וועלכער האָט זיך באַצויגן מיט גרויס אינטערעס צו ראַבינאָוויטשס טעטיקייט, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נעקראָלאָג, אַ דאַנק וועלכן אַ סך רוסן האָבן זיך באַקענט מיט דער טעטיקייט פֿונעם אומגעוויינטלעכן קעשענעווער ייִד. מיט אַ יאָר שפּעטער, אַגבֿ, איז סאָלאָוויאָוו אַליין געשטאָרבן.

וואָס קען מען זאָגן? הרבֿ אַריה קאַפּלאַן, אַ באַקאַנטער פּאָפּולאַריזאַטאָר פֿון קבלה, האָט באַמערקט, אַז אין די 1960ער יאָרן האָבן אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ווײַט־מיזרחדיקע רעליגיעס דווקא צוליב זייער „פּינטעלע ייִד‟. אין די אַמעריקאַנער סינאַגאָגעס, מיט זייער טרוקענער, קאַלטער אַטמאָספֿער האָבן זיי נישט געקאָנט געפֿינען קיין רוחניות, דערפֿאַר האָבן זיי זיך געלאָזט זוכן רוחניות אין ווײַטע מקומות. מסתּמא, האָט פּראָטעסטאַנטיזם געקלונגען פֿאַר ראַבינאָוויטשן אויך לעבעדיקער און היימישער, נענטער צו זײַן חסידישער דערציִונג, ווי די קאַלטע ראַציאָנאַליסטישע השׂכּלה. אַזוי צי אַנדערש, איז ער געווען איינער פֿון די סאַמע אייגנאַרטיקע און קאָנטראָווערסאַלע ייִדישע טוער אינעם 19טן יאָרהונדערט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version