Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿאָלקלאָריסט עמנואל אָלשװאַנגערס זאַמלונגען קען מען איצט לייענען מיט ייִדישע אותיותFolklorist Immanuel Olshvanger’s collections can now be read in the Yiddish alphabet

„ראָזשינקעס מיט מאַנדלען“ און „רויטע פּאָמעראַנצן“ האָט דער פֿאָלקלאָריסט אַרויסגעגעבן מיט לאַטײַנישע אותיות, כּדי אָפּצוהיטן דעם ליטווישן דיאַלעקט.

ס׳איז ערשט אַרויס אַ טשיקאַווע נײַ בוך אויף דער ייִדישער גאַס. צוויי באַקאַנטע ביכער פֿונעם פֿאָלקלאָריסט עמנואל אָלשװאַנגער (1888 – 1961) וואָס מע האָט אָפּגעדרוקט מיט לאַטײַנישע אותיות קען מען איצט לייענען מיט ייִדישע אותיות.

אָלשוואַנגער האָט געהאַט אַ סך טאַלאַנטן. געבױרן אינעם פּױלישן שטעטל גרײַװע, האָט ער פֿאַרענדיקט אַ רוסישע גימנאַזיע אין סוּװאַלק און דערנאָך שטודירט סעמיטישע שפּראַכן און סאַנסקריט אינעם אוניװערסיטעט פֿון בערן אין דער שװײץ. אין 1916 האָט ער געקראָגן אַ דאָקטאָראַט פֿאַר זײַן פֿאָרשונג װעגן ייִדישע קבֿורה־מנהגים לױט פֿאָלקלאָרישע מקורים.

אין דער שװײץ איז ער געװאָרן אַקטיוו אין דער ציוניסטישער טעטיקײט און פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין דרום־אַפֿריקע װי אַ ציוניסטישער שליח. ער האָט אַרומגערײַזט איבער אײראָפּע, אינדיע, אינדאָנעזיע, בורמאַ און סינגאַפּור. אין 1952 האָט ער זיך באַזעצט אין מדינת־ישׂראל. אָלשװאַנגער האָט געשריבן אױף ייִדיש, העברעיִש, ענגליש און דײַטשיש, און האָט זיך קונה־שם געװען מיט זײַנע איבערזעצונגען פֿון יאָהאַן װאָלפֿגאַנג געטע, דאַנטע, דזשיאָװאַני באָקאַטשיאָ, װי אױך פֿון אַלטע כּתבֿים אין סאַנסקריט.

אַ װיכטיקער טײל פֿון אָלשװאַנגערס ליטעראַרישער ירושה זײַנען זײַנע זאַמלונגען פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, װאָס ער האָט אַרױסגעגעבן אין דער שװײץ, דײַטשלאַנד און אַמעריקע. דערבײַ האָט ער זיך באַנוצט מיטן לאַטײַנישן כּתבֿ. ער האָט דאָס געטאָן צוליב צװײ סיבות׃ ערשטנס, צו מאַכן די ייִדישע טעקסטן צוטריטלעך פֿאַרן ברײטן עולם לײענער, און צווייטנס, כּדי אָפּצוהיטן דעם ליטװישן דיִאַלעקט דורכן איבערגעבן דעם בעל־פּהיִקן טעם אין די געדרוקטע טעקסטן.

אין דער שווייץ האָט אָלשװאַנגער אָנגעהױבן זאַמלען מעשׂיות, װיצן, אַנעקדאָטן און לידער בײַ מזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן, צװישן זײ — סטודענטן אַזעלכע װי ער. בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן ערשטע זאַמלונג „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען: פֿון דער פֿאָלק-ליטעראַטור פֿון מזרח־ייִדן‟, אין באַזל אין 1920. אין דרום־אַפֿריקע האָט אָלשװאַנגער װײַטער געפֿירט זײַן פֿאָרשערישע אַרבעט און האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ שטודיע װעגן דעם פֿאָלקלאָר פֿון דרום־אַפֿריקענער ייִדן און די קעגנזײַטיקע השפּעות פֿון דרײַ שפּראַכן — ייִדיש, ענגליש און אַפֿריקאַנס. זײַן פֿאָלקלאָר־זאַמלונג „רױטע פּאָמעראַנצן‟ איז אַרױס אין אױף דײַטשיש אין בערלין אין 1936 און אױף ענגליש אין ניו־יאָרק אין 1948.

אין דער הקדמה צו דעם ערשטן בוך האָט אָלשװאַנגער געגעבן אַ פּרטימדיקן עטנאָגראַפֿישן איבערזיכט פֿונעם טראַדיציאָנעלן שטעטלדיקן לעבנסשטײגער. אָלשװאַנגערס לערער אין פֿאָלקלאָר־שטודיעס איז געװען פּראָפֿעסאָר עדואַרד האָפֿמאַן־קראַיער, װאָס מען האַלט פֿאַרן פֿאָטער פֿון די שװײצער פֿאָלקלאָר־שטודיעס. אַזױ װי זײַן לערער האָט אָלשװאַנגער געהאַלטן, אַז פֿאָלקלאָר שפּיגלט אָפּ דעם סאָציאַלן שטײגער פֿונעם פֿאָלק־לעבן. להיפּוך צו די נעאָ־ראָמאַנטישע שרײַבער פֿון יענער צײַט, אַזעלכע װי י. ל. פּרץ אָדער מאַרטיּן בובער, האָט אָלשװאַנגער ניט געגלױבט אין אַן אײנגעאַרטיקער מיסטישער „נשמה‟ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. ער האָט געטענהט, אַז ענלעכע מאָטיװן געפֿינט מען אױך בײַ אַנדערע פֿעלקער. לױט זײַן דעה איז דער אײגנאַרטיקער ייִדישער הומאָר געװען אַ פּועל־יוצא פֿון די ביטערע סאָציאַלע אומשטאַנדן פֿון ייִדן אין מזרח־אײראָפּע.

 צװישן די לײענער פֿון „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟ איז געװען אַ יונגער בחור מיטן נאָמען שמעון נױבערג, װאָס איז הײַנט דער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אינעם טרירער אוניװערסיטעט אין דײַטשלאַנד. „דאָס בוך ’ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‘ איז געװען פֿאַר מיר די ערשטע אינטענסיװע באַגעגעניש מיט דער ייִדישער שפּראַך‟, שרײַבט נױבערג אין דער הקדמה צו דער נײַער אױסגאַבע, װאָס ברענגט צונױף „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟ און די „רױטע פּאָמעראַנצן‟. נױבערג האָט אַזױ ליב באַקומען דאָס בוך, אַז ער האָט דעמאָלט באַשלאָסן דאָס איבערצושרײַבן מיט דער האַנט. מיט אַ 50 יאָר שפּעטער האָט ער װידער אַ מאָל איבערגעשריבן אָלשװאַגנערס װערק, דאָס מאָל מיט העברעיִשע אותיות אױפֿן קאָמפּיוטער, כּדי צוצוגרײטן אַ פֿולע אױסגאַבע פֿון אָלשװאַנגערס פֿאָלקלאָר־זאַמלונגען. נױבערג האָט אַרײַנגעבראַכט רעדאַקטאָרישע שינויים, צוגעגעבן פֿאַרשײדענע װאַריאַנטן און טעקסטאָלאָגישע קאָמענטאַרן. דערבײַ האָט ער געפּרוּװט אָפּהיטן, װי װײַט מעגלעך, אַלץ, װאָס איז שײך צו אָלשװאַנגערס ליטװישן דיאַלעקט. יעדער אײנס װערט באַגלייט מיט אַ געהעריקן זײַט־נומער לױט פֿאַרשײדענע אױסגאַבעס פֿון אָלשװאַנגערס אָריגינעלע װערק.

אַזױ אַרום קען דער הײַנטיקער לײענער, װאָס איז יאָ באַקאַנט מיטן ייִדישן אלף־בית, פֿון דאָס נײַ אַנטדעקן די אוצרות פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר נוסח עמנואל אָלשװאַנגער.

דאָס בוך האָט אָבער איין חסרון: בעתן אױסזעצן דעם דיגיטאַלישן טעקסט אױף פּאַפּיר זענען די זײַטן פֿאַרפּלאָנטערט געוואָרן, אַזוי אַז מע דאַרף אַ סך אַרומהיפּן פֿון איין טייל בוך צום צווייטן כּדי נאָכצוהאַלטן דעם אינהאַלט.

ס’איז אָבער פֿאָרט כּדאַי צו לייענען די נײַע אויסגאַבע, נישט געקוקט אויפֿן זײַטן־פּלאָנטער. אָלשװאַנגער האָט געהאַלטן הומאָר פֿאַר אַ װיכטיקן עלעמענט פֿון ייִדישער פֿאָלק־שעפֿערישקײט און געשריבן אַזוי: „אַלץ, װאָס עס קומט פֿאָר אין לעבן, אַלע פֿרײלעכע און טרױעריקע אומשטאַנדן, גיבן דעם ייִדן שטאָף פֿאַר זײַן געזונטן הומאָר. דער מזרח־אײראָפּעיִשער ייִד קען ניט פֿירן קײן שמועס אָן אַ פּאָר װיצן.‟

צוליב אָט דעם אײגנאַרטיקן הומאָר קלינגען די מעשׂיות פֿריש און לעבעדיק אַפֿילו הײַנט, װען די װעלט, צו װעמען זײ געהערן, איז לאַנג מער נישטאָ.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.