פּאָעזיע פֿון ציליע דראַפּקין, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און אַנדערע ווערט פֿאַרוואַנדלט אין זינגלידערPoetry by Celia Dropkin, Rivka Basman Ben-Hayim and others are set to music
אין ווין האָט די זינגערין סװעטאַ קונדיש געזונגען די נײַע שאַפֿונגען, ווי טייל פֿון אַ סעריע ייִדיש־קאָנצערטן
אַזױ װי די ספֿירה־טעג זײַנען פֿאַררעכנט פֿאַר אַ צײַט פֿון אַבֿילות, פֿון טרױער, איז מען זיך נוהג ניט צו שפּילן קײן מוזיק. איצט האַלטן מיר שױן נאָך ל״ג בעומר, מעג מען װידער אַ מאָל ניצן כּלי־נגינה. אַזױ צי אַזױ, איז דאָ אין װין, דעם 16טן מײַ (מ״ב בעומר) פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון נײַער ייִדישער מוזיק מיט דער זינגערין און חזנטע סװעטאַ קונדיש און איר פּאַרטנער, דעם קלעזמער און קאָמפּאָזיטאָר פּאַטריק פֿאַרעל. דעם דאָזיקן קאָנצערט האָט אײַנגעסדרט די ליבעראַלע שול „אור חדש“ אין אײנעם מיטן פֿאַראײן „פֿרילינג“. דער דאָזיקער קולטור־פֿאַראײן, בראָש מיט די זינגערינס איזאַבעל פֿרײַ און אסתּר װראַטשקאָ, שטיצט הײַנטצײַטיקע ייִדיש־קולטור און מוזיק אין װין. הײַיאָר אָרגאַניזירן זײ, צוזאַמען מיט „אור חדש“, אַ סעריע ייִדיש־קאָנצערטן.
סװעטאַ קונדיש און פּאַטריק פֿאַרעל האָבן אַ נאָמען אין דער װעלט פֿון ייִדיש־מוזיק און קלעזמערײַ, נאָר דערצו איז קונדיש אױך אַ חזנטע אין בראַונשװײַג, דײַטשלאַנד. בעתן קאָנצערט האָט זי טאַקע צו מאָל געזונגען אַ שטיק כּמו־חזנות.
אַלע לידער װאָס די בײדע אױסערגעװײנטלעכע מוזיקער האָבן אױפֿגעפֿירט זײַנען שאַפֿונגען פֿון די לעצטע יאָרן — מיט טעקסטן פֿון ציליע דראַפּקין, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, אַבֿרהם רײזען און בערטע קלינג און מיט מוזיק אױסקאָמפּאָנירט פֿון פּאַטריק פֿאַרעל — װאָס ער באַגלײט קונדישן, די זינגערין, מיט אַקאָרדיאָן אָדער פּיאַנע. אָנגעהױבן האָבן זײ דעם קאָנצערט מיט צװײ עראָטישע ליבע־לידער פֿון דראַפּקין — „מײַן גאַסט“ און „איך װיל קושן די ערד“. שױן פֿון סאַמע אָנהײב האָט דאָס פּאָר באַגײַסטערט דעם עולם מיט זײער אימפּעט און שפּרודלדיקן לעבנס־כּוח װאָס דריקט זיך אױס אין דער מוזיק.
װײַטער האָבן זײ געזונגען און געשפּילט צװײ לידער אָנגעשריבענע פֿון דער פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים ע״ה װאָס איז נפֿטר געװאָרן מיט אַ פּאָר חדשים צוריק. קונדיש האָט אױסגעדריקט איר װוּנטש אָפּצוגעבן כּבֿוד דער דיכטערינס אָנדענק מיטן זינגען אירע לידער. צוערשט האָט זי געזונגען „צו אַ פֿרײַנד“ װאָס די מחברטע האָט געװידמעט דער זינגערין נחמה ליפֿשיץ. באַסמאַן האָט זיך באַקענט מיט ליפֿשיצן בעת אַ נסיעה קײן מאָסקװע אין די 1960ער יאָרן. װי באַסמאַן, איז ליפֿשיץ געװען אַ װיכטיקער קװאַל פֿון אינספּיראַציע פֿאַר קונדישן, תּבֿדל לחיים. בײַ נחמה ליפֿשיצן האָט קונדיש זיך אין ישׂראל געלערנט געזאַנג, און אַ דאַנק איר האָט זי זיך אױך באַקענט מיט באַסמאַנען. לאָמיך דאָ איבערגעבן דאָס ליד מיט װעלכן באַסמאַן האָט זיך געװענדט צו איר פֿרײַנדין (ליפֿשיץ) װאָס האָט געװױנט הינטערן אײַזערנעם פֿאָרהאַנג:
װיל איך קומען הײַנט צו דיר —
װײס איך ניט דײַן שװעל,
װיל איך ברענגען דיר אַ בלום —
זײַנען בלעטער געל.
װיל איך זאָגן דיר אַ װאָרט —
לאָזט מיך ניט דער װינט,
װיל איך הערן װי דו זינגסט,
זינג זשע, זינג, מײַן קינד.
נעם מײַן ליבשאַפֿט װי אַ בלום,
נעם מײַן װאָרט צו דיר,
זיכער, זיכער װעלן זײ
קומען צו דײַן טיר.
פֿון אָט דעם דאָזיקן ליד נעמט זיך אױך דער טיטל פֿון קונדישעס און פֿאַרעלס לעצטן אַלבאָם, „נעם מײַן װאָרט“ (2022) װאָס נעמט אַרײַן רעקאָרדירונגען פֿון די לידער װאָס זײ האָבן אױפֿגעפֿירט אין װין.
פֿון באַסמאַנען האָבן זײ נאָך געשפּילט אַ ראָמאַנטיש נאַטור־ליד װאָס הײבט זיך אָן מיט די שורות: „װער האָט געזען / זיך קושן אַ צװײַג מיט אַ צװײַג.“ די מוזיק פֿונעם ליד דערמאָנט עפּעס אָן דעם פֿראַנצײזישן אימפּרעסיאָניזם. בכלל שמעלצט פֿאַרעל צונױף אין זײַנע קאָמפּאָזיציעס כּלערלײַ פֿאַרשײדענע סטילן — צװישן אַנדערן הערן זיך השפּעות פֿון ייִדישן פֿאָלקסליד, פֿון מאָדערנעם קונסטליד, נאָר אױך פֿון פּאָפּ און — למשל, אינעם ליד „זינג איך צו דיר“ (פֿון ציליע דראַפּקין) — פֿון דזשעז. די מוזיק צו אַבֿרהם רײזענס לידער בלאָנקעט טײל מאָל אַזש אױפֿן גרענעץ פֿון טאָנאַלישקײט. סך־הכּל איז עס געװען אַ טשיקאַװע און װוּנדערלעכע מוזיקאַלישע איבערלעבונג.
מיט גרױס התלהבֿות האָט סװעטאַ קונדיש געזונגען בערטע קלינגס לידער — אין תּוך גענומען, דאַרף מען זאָגן, תּפֿילות. יענע שפּאָגל נײַע קאָמפּאָזיציעס זײַנען ניט אַרײַן אין דעם אַלבאָם „נעם מײַן װאָרט“. קונדיש האָט באַמערקט אַז ס׳װאָלט געװען כּדאַי זײ אַרײַננעמען אינעם סידור, װי הײַנטצײַטיקע פּיוטים.
כאָטש ס׳איז געװען אַ װוּנדערלעכע שטימונג אין דער שול װוּ ס׳איז פֿאָרגעקומען דער קאָנצערט — טאַקע געװען אַן אַטמאָספֿערע פֿון הײמישקײט — איז, צום באַדױערן, די אַקוסטיק פֿון זאַל ניט אַזױ װי מע װאָלט זיך געװוּנטשן און ס׳איז פֿון צײַט צו צײַט געװען אַ קאַפּעטשקע צו הילכיק פֿאַר אָט דעם זאַלעכל. ניט געקוקט אױפֿן דאָזיקן חסרון איז דער עולם אָבער שטאַרק נתפּעל געװאָרן פֿונעם קאָנצערט. די ענערגיע און װירטואָזקײט פֿון די מוזיקער האָבן באמת אַ גרױסן רושם געמאַכט. נאָכן קאָנצערט האָט מען נאָך פֿאַרבראַכט בײַ אַ גלאָז װײַן װאָס די קהילה האָט צוגעשטעלט.
קונדיש און פֿאַרעל זײַנען געקומען פֿון בערלין ניט נאָר פֿאַר אָט דעם קאָנצערט. דעם סוף־װאָך, דעם 18טן ביזן 20סטן מײַ, האָבן זײ אַחוץ דעם אָנגעפֿירט מיט מוזיק־װאַרשטאַטן בעת אַ פֿעסטיװאַל פֿאַר קלעזמער און ייִדישער מוזיק, אָרגאַניזירט פֿונעם „פֿאַראײן פֿרילינג“, אין אַ דאָרף ניט װײַט פֿון גראַץ (דרום־עסטרײַך, בײַם סלאָװענישן גרענעץ). דעם 22סטן מײַ װעט מען נאָך אַ מאָל שפּילן אַ קאָנצערט אין װין, צוזאַמען מיט אַנדערע מוזיקער, לזכר דעם ייִדיש־זינגער פֿון אוקראַיִנע, אַרקאַדי (אַבֿרהם) גענדלער ע״ה.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO