Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די מילכיקע מאכלים וואָס ייִדן האָבן שבֿועות געגעסן אין שטעטלThe dairy dishes that Jews ate in the shtetl on Shavuos

צווישן די פּאָטראַוועס: טייגלעך אין מילך און בלינצעס אָנגעפּאַקטע מיט קעז

„שבֿועות איז דער בעסטער יום־טובֿ,“ גייט דאָס פֿאָלקסווערטל. „סוכּות מעג מען עסן וואָס מע וויל, אָבער נישט וווּ מע וויל; פּסח מעג מען עסן וווּ מע וויל, אָבער נישט וואָס מע וויל; שבֿועות מעג מען עסן סײַ וואָס מע וויל, סײַ וווּ מע וויל.“

עס זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע גוט־באַקאַנטע טראַדיציעס און מינהגים פֿאַרבונדן מיט שבֿועות: די תּפֿילה אַקדמות, תּיקון־ליל־שבֿועות, דאָס לייענען מגילת־רות, גרינס אין שטוב און אין שיל לכּבֿוד דעם יום־טובֿ, צווישן אַנדערע. טייל פֿון די אַלטע טראַדיציעס פּראַוועט מען אין דער „נײַער היים“ און טייל פּראַוועט מען שוין נישט. אָבער לייענענדיק וועגן דעם יום־טובֿ אין דער זכרונות־ליטעראַטור, ווערט בולט, אַז מער פֿון אַלץ געדענקט מען פֿון די קינדעריאָרן — די שבֿועותדיקע מאכלים. צום באַדויערן, גלייב איך, וועט מען הײַנט שוין נישט וויסן, אידענטיפֿיצירן, וואָס די מאכלים זענען, ווי מע קאָכט זיי. אָבער איין זאַך איז קלאָר — דער מילעכדיקער מעניו איז געבליבן אײַנגעקריצט אין מוח.

וואָס האָט מען געגעסן שבֿועות אין דאָרף? מענדל אַקערמאַן, אַ שרײַבער און שטאָלצער באַסעראַבער, געדענקט, אַז די טראַדיציע פֿון עסן מילעכיקס שבֿועות איז נישט געווען קיין פּראָבלעם אין דאָרף וווּ מע האָט געהאָדעוועט קי און ציגן. די רשימה פֿון אַקערמאַנס שבֿועותדיקע מיליכדיקע מאכלים איז אַ גאַנץ לאַנגע, אַ סך לענגער ווי מע וואָלט געפֿונען אין שטעטל אָדער שטאָט: „קנישעס, ווערטיטעס, וואַרניטשקעס מיט קעז, טייגלעך אין מילך, הייסער מאַליסניק מיט קאַלטער אָשליענקע.“

אינעם רומענישן שטעטל פֿון י. קאַראָ האָט מען אויך ליב געהאַט מילעכיקס. ער שרײַבט: „וואָלט איך געווען אַ זולל־וסובֿא, וואָלט איך אײַך באַשריבן די געשמאַקע מאַלײַעס און לעווענציעס וואָס מע באַקט פֿון פּאַפּשויענעם מעל, די קנישעס מיט קעז, קריפּ, יונגע ציבעלע און אייער, וואָס מע דערלאַנגט צום טיש.“

וועגן דער זעלבער מאָלדאָווישער געגנט רעכנט אויס חיים זײַדמאַן: לאָקשן מיט מילעך, פּוטער מיט וואַרניטשקעס.“ אָבער בײַ אים קומט אויס, אַז דאָס עסן די מילעכיקע איז פּשוט יוצא צו זײַן דעם מינהג. שפּעטער אין אָוונט, עסט מען אַ פֿליישיקע סעודה און ער איז נישט דער איינציקער וואָס דערמאָנט סײַ אַ מילעכדיקע, סײַ אַ פֿליישיקע סעודה דעם ערשטן טאָג שבֿועות. אויך דער ליטוואַק יעקבֿ קרעפּליאַק, באַקאַנט פֿאַר זײַנע קינדערביכער, געדענקט ווי מ’האָט געגעסן „זיסינקע קאַווע מיט די פֿרישינקע געשמאַקע פּוטער־קיכלעך, פֿרישינקע בלינצעס אָנגעפּאַקט מיט קעז און דער זאַפֿט לויפֿט מיר אַזש איבער די ליפּן.“

ב. גאָרין, אַן אוקראַינישער שרײַבער און היסטאָריקער פֿונעם ייִדישן טעאַטער, באַשרײַבט ווי זײַן מאַמע האָט געבאַקן זעמעלעך, חלה מיט ראָזשינקעס און זאַפֿראַן. ער דערמאָנט באַזונדער אויך אייער, אָבער נישט צו עסן: „דער טאַטע איז אַ קינסטלער צו מאַכן פֿייגעלעך פֿון אויסגעבלאָזענע אייער און מיט די דינע ווײַסע פֿעדעמלעך, וואָס זײַנען אָנגעשטאָפּט אָן די באַלקענס. שוועבן אַרום די אייער־פֿייגעלעך און מאַכן פֿריילעך. דעם אויבן אָן בײַ גאָרינען זענען געווען די בלינצעס, וואָס מען האָט נאָר געגעסן דעם צווייטן טאָג יום־טובֿ.

אָן קיין ספֿק, זענען די מילעכדיקע בלינצעס דאָס מאכל וואָס מע עסט אין אַלע ווינקלען ייִדישלאַנד. דער היסטאָריקער חיים שויס, אויך אַ ליטוואַק, שרײַבט: „הערט זיך באַלד פֿון די הײַזער דער ריח פֿון געפּרעגלטע קעזבלינצעס. דאָס איז ניט גלאַט אַזוי אַ שפּײַז, נאָר דאָס איז ספּעציעלע שבֿועותדיקע בלינצעס. וואָרן פּונקט ווי עס איז אַן אַלטער מנהג צו באַפּוצן שבֿועות די הײַזער מיט גרינס, אַזוי איז עס אויך אַן אַלטער מינהג צו עסן מילעכדיקע מאכלים.“

מע דערציילט, אַז נאָר ווען די ייִדן האָבן באַקומען די צען געבאָט אויף באַרג סיני האָט מען אײַנגעפֿירט כּשרות. איך דערמאָן דאָס ווײַל גאָרין שרײַבט וועגן דעם ערשטן טאָג שבֿועות: „הײַנט איז מען ניט מקפּיד אויף בשׂר־וחלבֿ. מײַן מומע בײַלע עסט ניט אַ גאַנץ יאָר פֿליישיקס מיט מיליכיקס אין איין טאָג, כאָטש געשריבן שטייט, אַז וואַרטן דאַרף מען ניט מער ווי זעקס שעה. הײַנט אָבער עסט זי אויך מיליכקע בלינצעס און דערנאָך אַ פֿליישיקן וואַרעמעס, כאָטש עס קען זײַן, אַז אין די ציינער איז פֿאַרבליבן אַ שטיקל קעז. מען זאָגט אַפֿילו, אַז שבֿועות מעג מען עסן מילכיקס נאָך פֿליישיקס, נאָר עט: מאַלע וואָס מע זאָגט!“ צי איז זײַן מומעס אויפֿפֿיר אַ פֿאָלקס־רעאַקציע אויפֿן גלייבעניש, אַז כּשרות איז ערשט אײַנגעפֿירט געוואָרן שבֿועות בײַ נאַכט?

אפֿשר וועט מען אַ מאָל אויסגעפֿינען ווי מע באַקט און ווי מע קאָכט די אַלע גוטע שבֿועות־עסנס וואָס ווערן דערמאָנט אין די זכרונות פֿון מיזרח־אייראָפּע. איך האָף, אַז יאָ!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version