אין קיִעוו זעצט מען איבער ייִדישע ליטעראַטור אויף אוקראַיִנישIn Kyiv, they’re translating Yiddish literature into Ukrainian
אין פֿאַרגלײַך מיט דעם מחברס פֿריִערדיקע יאַזדעס קיין אוקראַיִנע איז די איצטיקע געווען פּסיכאָלאָגיש אַ סך גרינגער.
אָנהייב מערץ האָב איך באַזוכט אוקראַיִנע און פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג אין קיִעוו. שוין אַ לענגערע צײַט פֿיר איך פֿון צײַט צו צײַט זום־סעמינאַרן פֿאַר מיטאַרבעטער פֿונעם פֿאָרש־צענטער פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. די פֿאָרשער פֿאַרנעמען זיך מיט ליטעראַטור־איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אין אוקראַיִניש. כ’האָב באַשלאָסן, אַז ס’וועט זײַן גוט זיך צו באַגעגענען מיט זיי פּנים־אל־פּנים דווקא איצט, בשעת דער מלחמה, ווען די אוקראַיִנער הויפּטשטאָט ווערט גאָר ניט זעלטן אַטאַקירט מיט רוסישע ראַקעטן און דראָנען.
האָב איך גענומען אַן אַוויאַ־בילעט פֿון אַעראָפּאָרט בן־גוריון קיין וואַרשע, ווײַל ציווילע אַעראָפּלאַנען פֿליִען ניט קיין קיִעוו אָדער קיין אוקראַיִנע בכלל. פֿון וואַרשע בין איך געפֿאָרן מיט עטלעכע שעה אױף דער באַן קיין כעלעם, וואָס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון דער גרענעץ מיט אוקראַיִנע, און שוין פֿון דאָרטן – מיט נאָך אַ באַן – קיין קיִעוו.
אויב מע נעמט ניט אין באַטראַכט דעם פֿאַקט, וואָס די פֿענצטער אין די וואַגאָנען פֿונעם צוג „כעלעם – קיִעוו“ זײַנען פֿאַרקלעפּט מיט פּאַסן פֿון קלעפּ־צעלאָפֿאַן כּדי שפּליטערס זאָלן זיך ניט צעפֿליִען אינעם פֿאַל פֿון אַן אויפֿרײַס, איז די נסיעה געווען גאַנץ אַ נאָרמאַלע. קיין אַנדערע בירגערשאַפֿט, חוץ דער ישׂראלדיקער האָב איך ניט (דער עיקר — ניט קיין רוסישע); אוקראַיִניש רעד איך גאַנץ נישקשה, האָב איך דערפֿאַר אויף דער גרענעץ, בײַם אַרײַנפֿאָרן אין אוקראַיִנע, קיין פּראָבלעמען ניט געהאַט.
אין דער אמתן האָט די מלחמה אין אוקראַיִנע זיך אָנגעהויבן ניט דעם 24טן פֿעברואַר 2022, נאָר מיט אַכט יאָר פֿריִער, ווען רוסלאַנד האָט פֿאַרכאַפּט קרים און טיילן פֿון דאָנבאַס. מיר האָבן פּשוט דעמאָלט נאָך ניט פֿאַרשטאַנען, אַז עס הייבט זיך אָן אַן אמתע מלחמה. האַרבסטצײַט פֿון 2014 האָב איך אונטערגענומען אַ יאַזדע איבער דרום־אוקראַיִנע – די אָדעסער, די ניקאָלײַעווער, די כערסאָנער און די זאַפּאָראָזשיער געגנטן. די יאַזדע האָט ניט געהאַט קיין שײַכות צו דער מלחמה. איך האָב זיך דעמאָלט באַגעגנט מיט אוקראַיִנישע מתייהדים — סובאָטניקעס — וואָס האָבן געוווינט אין יענע מקומות.
אונטערוועגנס האָב איך זיך אַרײַנגעכאַפּט אינעם געוועזענעם קאַלינינדאָרפֿער ייִדישן נאַציאָנאַלן ראַיאָן, וואָס האָט עקזיסטירט ביזן חורבן. באַזודערס האָט מיך אינטערעסירט די קאָלאָניע באָבראָווי קוט, וווּ ס’איז געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן דער דיכטער שמעון־שמואל פֿרוג, וועלכן איך האָב געווידמעט עטלעכע מײַנע ליטעראַטור־פֿאָרשערישע אַרטיקלען. איך האָב געזען פּליטים פֿון קרים, וועלכע זײַנען געשלאָפֿן אין אויטאָס; אוקראַיִנער וואָלאָנטירן, וועלכע האָבן זיך אומגעקערט פֿונעם פֿראָנט הינטער דאָנעצק; מיליטערישע פּאָסטנס לענג־אויס דעם שאָסיי, וואָס ציט זיך פֿון אָדעס דורך ניקאָלײַעוו קיין כערסאָן און ווײַטער צום לאַנדפּאַס טשאָנגאַר, וועלכער פֿאַראייניקט די עיקרדיקע טעריטאָריע פֿון אוקראַיִנע מיטן אָקופּירטן דורך רוסלאַנד קרימער האַלב־אינדזל. און כ’האָב שוין דעמאָלט דערפֿילט דעם אָטעם פֿון דער נײַער גרויסער מלחמה.
שפּעטער האָב איך, ווי אַ שליח פֿון דער סוכנות, צוויי מאָל באַזוכט דעם האַלב־אינדזל קרים וואָס רוסלאַנד האָט שוין געהאַט אָקופּירט. אין דער אמתן האָב איך עס געטאָן אומגעזעצלעך, אָן אַ דערלויבעניש פֿון דער אוקראַיִנישער רעגירונג. איך האָב געדאַרפֿט זיך ווענדן צום אוקראַיִנישן מיניסטעריום פֿאַר ענינים פֿון צײַטווײַליק אָקופּירטע טעריטאָריעס. אָבער אין אַזאַ פֿאַל וואָלטן די רוסן ניט געלאָזט מיך אַרבעטן מיט די ייִדן, וואָס האָבן געוואָלט פֿאַרלאָזן דעם אָקופּירטן האַלב־אינדזל און עולה זײַן. אין דער יוגנט פֿלעג איך אָפֿט באַזוכן קרים און האָב אים זייער ליב געהאַט.
אין מערץ 2022, נאָך דעם, ווי די מלחמה איז אַריבער אין אַן אַקטיווער פֿאַזע און געוואָרן פֿולמאַסשטאַביק – מיט באָמבאַרדירונגען און ראַקעטן־אַטאַקעס אויף קיִעוו, כאַרקאָוו, טשערניגאָוו און אַנדערע גרויסע אוקראַיִנישע שטעט; מיט אַן איוואַזיע אין צפֿונדיקע, מיזרחדיקע און דרומדיקע געגנטן פֿון אוקראַיִנע, מיט מאַסן־רציחות פֿון דער ציווילער באַפֿעלקערונג אויף אָקופּירטע טעריטאָריעס און מיליאָנען פּליטים, בין איך ווידער געפֿאָרן קיין אוקראַיִנע. איך האָב דעמאָלט באַזוכט אַ קהילה פֿון סובאָטניקעס־מתיהדים אינעם דאָרף דעשקאָוויץ, ניט ווײַט פֿונעם שטעטל אָרשעווע, וווּ דער סאַטמערער רבי ר’ יואל טייטלבוים איז אַ מאָל געווען דער מרא־דאַתרא. איך בין געווען בלויז אין איר מערבֿדיקער טראַנסקאַרפּאַטער געגנט, ווײַט פֿון די שלאַכטן. אָבער אויך דאָרט האָט זיך געלאָזט פֿילן די מלחמה: מיליטערישע פּאַטרולן אויף די וועגן, פּליטים פֿון מיזרחדיקע געגנטן, שפּיטאָלן איבערגעפֿילטע מיט פֿאַרוווּנדעטע אוקראַיִנישע זעלנער, סירענעס פֿון לופֿט־אַלאַרם.
מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער בין איך שוין געווען אין שליחות פֿון דער סוכנות אין קעשענעוו, דער הויפּטשטאָט פֿון מאָלדאָווע. דאָרט האָב איך זיך פֿאַרנומען מיט ייִדישע פּליטים פֿון אוקראַיִנע, וועלכע האָבן געשטרעבט זיך צו באַזעצן אין ישׂראל. ס’איז געווען פּסיכאָלאָגיש זייער שווער. צווישן די פּליטים זײַנע געווען זקנים, וועלכע האָבן קינדווײַז איבערגעלעבט דעם חורבן, און קינדער פֿון מאַריופּאָל, וואָס אויף זייערע אויגן האָבן רוסישע סאָלדאַטן רויִנירט זייער שטאָט און צומאָל אפֿילו דערהרגעט זייערע עלטערן.
דער איצטיקער באַזוך אין קיִעוו איז געווען פּסיכאָלאָגיש אַ סך גרינגער. מע קען אַפֿילו זאָגן פֿריילעכער. מע קען זען, אַז די באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט האָט זיך האַסטיק פֿאַרקלענערט – אַ סך מענטשן זײַנען שוין אַוועקגעפֿאָרן קיין אויסלאַנד אָדער אין מערבֿ־אוקראַיִנע. אַ סך מאַנצבילן זײַנען אויפֿן פֿראָנט. מענטשן אין מיליטערישער אוניפֿאָרם איז צו זען אויף שריט און טריט, אויף די גאַסן זײַנען נאָך געבליבן אײַזערנע „שטעכלקעס“ קעגן טאַנקען, זעק מיט זאַמד, בעטאָנאַדעס פֿאַר פֿײַער־פּאָזיציעס. דאָס אַלץ האָט זיך באַוויזן אין קיִעוו פֿאַראַיאָרן, ווען דאָס רוסישע מיליטער איז דערגאַנגען ביז די פֿאָרשטעט פֿון דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט. אָבער די קיִעווער זאָגן, אַז דאָס, וואָס קומט פֿאָר איצט אין קיִעוו, איז אַ מין „וואָינאַ לײַט“, ד״ה אַ פֿאַרגרינגערטע מלחמה. כּמעט יעדן טאָג פֿון מײַן באַזוך אין קיִעוו זײַנען געווען לופֿט־אַלאַרמען, אָבער אַן אמתדיקע ערנסטע ראַקעטן־אַטאַקע איז געווען בלויז איין מאָל.
דער פֿאָרשונגס־צענטער געפֿינט זיך בײַם נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט „קיִעוואָ־מאָהיליאַנסקאַ אַקאַדעמיע“ אינעם קיִעווער ראַיאָן פּאָדאָל, וווּ ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט געוווינט אַ באַדײַטנדיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג און אויך איצט בלײַבן אַ שיל און אַ כּשרער רעסטאָראַן.
אַמאָל איז אוקראַיִנע געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע צענטערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אין דעם לאַנד האָבן געלעבט און געשאַפֿן מענדעלע, שלום־עליכם, אבֿרהם גאָלדפֿאַדען, שמעון־שמואל פֿרוג, חיים־נחמן ביאַליק, דוד האָפֿשטיין, אורי־צבֿי גרינבערג, אָשר שוואַרצמאַן, פּרץ מאַרקיש, דבֿורה פֿאָגעל, לייב קוויטקאָ, איציק מאַנגער און אַ סך אַנדערע וויכטיקע ייִדישע און ייִדיש־העברעיִשע שריפֿטשטעלער. און אין קיִעוו איז אויך געגרינדעט געוואָרן די קולטור־ליגע אין 1918.
אָבער דאָס אַלץ איז אינעם עבֿר. דער לעצטער ייִדישער שרײַבער אין אוקראַיִנע, אלכּסנדר ליזען, איז געשטאָרבן אין 2000 אין לעמבערג. דער אָדעסער לינגוויסט דמיטרי (מאָטל) טישטשענקאָ, וועלכער האָט אין דער מיט פֿון די 90ער יאָרן רעדאַגירט דעם צוויישפּראַכיקן (ייִדיש און רוסיש) זשורנאַל „מאַמע־לשון“, וווינט שוין פֿון לאַנג אין דײַטשלאַנד (אין 2016 האָט ער, אַגבֿ, אַרויסגעגעבן דאָס „ייִדיש־אוקראַיִנישע ווערטערבוך“, וואָס אַנטהאַלט בײַ 30 טויזנט ווערטער). הקיצור זײַנען קיין גרויסע מומחים אין געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך הײַנט־צו־טאָג ניט געבליבן. דווקא דעם דאָזיקן בלויז דאַרף פֿאַרפֿילן די צוגרייטונג פֿון אַזעלכע ספּעציאַלסטן אינעם קיִעווער פֿאָרשונגס־צענטער פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום.
בײַ דעם פֿאָרשונגס־צענטער אַרבעט דער פֿאַרלאַג „דוך אי ליטעראַ“ (גײַסט און אות), וועלכן עס האָט, פּונקט ווי דעם צענטער גופֿא, אָרגאַניזירט לעאָניד פֿינבערג. דער פֿאַרלאַג לאָזט אַרויס אויף אוקראַיִניש זייער אינטערעסאַנטע ביכער אין פֿאַרשיידענע קולטור־געביטן. דערבײַ פון סאַמע אָנהייב אָן לייגט ער גרויס אַכטונג אויף טעמעס, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט ייִדיש און מיט דער ייִדישער קולטור. ס’איז גענוג צו דערמאָנען, אַז אין 2001 האָט דער פֿאַרלאַג אַרויסגעגעבן די קלאַסישע אַרבעט פֿונעם גרויסן ייִדישן פֿאָלקלאָריסט און מוזיקאָלאָג משה בערעגאָווסקי (1892 – 1961) — „פּורים־שפּילן“ און אין 2007 — אַן אַרומנעמיקע „אַנטאָלאָגיע פֿון דער ייִדישער דיכטונג אין אוקראַיִנישע איבערזעצונג“ (איך בין געווען איינער פֿון די צונויפֿשטעלער פֿון דעם באַנד). די צווייטע אויפֿלאַגע פֿון דער אַנטאָלאָגיע איז דערשינען אין 2011.
אַ בכּבֿודיק אָרט צווישן פּובליקאַציעס פֿונעם פֿאַרלאַג פֿאַרנעמען אין די לעצטע יאָרן ביכער פֿון דער סעריע „יודאַיִק“. דווקא אין דער סעריע זײַנען דערשינען עטלעכע ביכער, איבערגעזעצטע פֿון ייִדיש: אַ גרויסע זאַמלונג פֿון דוד האָפֿשיינס אויסגעקליבענע לידער; יצחק באַשעוויסעס ראָמאַנען „שאָשע“ און „דער קנעכט“ אונטער איין הילע; אַבֿרהם סוצקעווערס זכרונות „פֿון ווילנער געטאָ“ און זײַן זאַמלונג דערציילונגען „דער גרינטער אַקוואַריום“ אונטער איין הילע, ווי אויך יאָסל בוכבינדערס תּפֿיסה־ און לאַגער־זכרונות „עמנואל דערציילט: זײַטלעך פֿונעם לעבן“. די אַרויסגעלאָזטע אַנטאָלאָגיע „אַ הויכער בוים“ באַשטייט פֿון וואַלעריע באָגוסלאַווסקאַס אוקראַיִנישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע לידער פֿון חיים־נחמן ביאַליק, אורי־צבֿי גרינבערג, פּרץ מאַרקיש, דוד האָפֿשטיין, לייב קוויטקאָ, אָשר שוואַרצמאַן, מלך ראַוויטש, מאַני לייב און אַנדערע.
איבערזעצונגען פֿון ייִדיש זײַנען פֿאַראַן אויך אין דער סעריע אַנטאָלאָגיעס „אַ שײַטל פֿון רויט האָלץ: ייִדישע פּראָזע פֿון מיזרח־אייראָפּע פֿון דער צווייטער העלפֿט 19טן און פֿונעם 20טן יאָרהונדערט“ און „אַמעריקאַנער ייִדישע פּראָזע. אַ יאָרהונדערט פֿון דערציילונגען“.
באַזונדערס דאַרף מען אָפּמערקן אַ צוויישפּראַכיקע (אוקראַיִניש און ייִדיש) אויפֿלאַגע פֿון טאַראַס שעווטשענקאָס „קאָבזאַר“ וואָס דוד האָפֿשטיין האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש.
אַ דירעקטע שייכות צו דער ייִדישער ליטעראַטור האָבן די אוקראַיִנישע מאָנאָגראַפֿיעס: אירינאַ סערגייעוואַס „ש.אַנ־סקיס אַרכיוו־ירושה אין פֿאָנדן פֿון דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון אוקראַיִנע אויף וו. ווערנאַדסקיס נאָמען“ דוד פֿישמאַנס „אַרום ייִדיש“ גענאַדי עסטרײַכס „די ייִדישע קולטור“ און הלל קאַזאָווסקיס „ביכער־גראַפֿיק פֿון די מאָלער פֿון דער קולטור־ליגע“.
דער פֿאָרשונגס־צענטער האָט צונויפֿגעקליבן אַ גרויסן אַרכיוו. אין אים זײַנען פֿאַראַן פֿאָנדן פֿון אַ גאַנצער ריי ייִדישע שריפֿטשטעלער. אַן איבערזיכט, צוגעגרייט דורך די צענטער־מיטאַרבעטער, דאַרף פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן אינעם נומער פֿונעם זשורנאַל „ייִדישלאַנד“, וואָס וועט אם־ירצה־השם דערשײַנען אין יוני.
בעת מײַן באַזוך אין קיִעוו האָב איך אָנגעשריבן עטלעכע לידער אין שײַכות מיט דער שטאָט, וואָס איך ברענג דאָ אונטן:
כּי תּישׂא
קיִעווער דעכער זײַנען געווענדט צו דעם הימל.
זיי האָבן ניט מורא,
כאָטש סע מראַקעט בײַטאָג און בײַנאַכט.
ס’איז דער הימל פֿאַרצויגן מיט כמאַרעס,
ווי דער שפּיץ פֿון הר־סיני
בעת דעם מעמד.
ס’איז פֿאַרברענט שוין דער עגל.
די קיִעווער דעכער זײַנען געווענדט צו דעם הימל.
כעלעם
עס זײַנען אין כעלעם ניטאָ קיין נאַראָנים.
מע איז זיך צעפֿלויגן פֿון לאַנג שוין ווי רויך.
רבנים-קבצנים, ליצנים-בעלנים,
זיי שוועבן אומזעיִק און לאַכן ניט הויך.
ס’איז יענער געלעכטער, און פֿאָרט ניט געוויין דאָך.
אַזאַ איז די טבֿע פֿון זײַן און ניט זײַן,
אַזאַ איז דער שטייגער, און פֿאָרט אומגעוויינלעך
איז הערן, ווי ס’לאַכט דאָ אין הייכן די שײַן.
ניטאָ קיין נאַראָנים, ניטאָ קיין חכמים,
און בלויז דיאַלעקטיק איז דאָ איבעראַל.
די לופֿט איז בײַטעמט מיט עקזאָטישע טעמים
פֿון משיבֿ־הרוח און מוריד־הטל.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO