Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

לינגוויסטן אַנאַליזירן דאָס הײַנטיקע גערעדטע ייִדיש אויף אַ קאָנפֿערענץ אין לאָנדאָןLinguists analyze contemporary spoken Yiddish at London conference

צווישן די טעמעס: צי קען מען באַצייכענען חסידיש ייִדיש ווי אַ נײַעם דיאַלעקט?

לינגוויסטן פֿון פֿאַרשידענע לענדער האָבן זיך לעצטנס פֿאַרזאַמלט אין לאָנדאָן כּדי צו רעדן וועגן ייִדיש אין דעם 21סטן יאָרהונדערט. במשך פֿון דרײַ טעג איז די פּראָגראַם געווען געפּאַקט מיט אינטערעסאַנטע רעפֿעראַטן, שמועסן אױף ייִדיש און אַ קינסטלערישע פּראָגראַם אױף מאַמע־לשון.

די קאָנפֿערענץ, וואָס הייסט YiLAS, איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער פֿאָרשגרופּע פֿון חסידיש ייִדיש בײַם אוניווערסיטעט קאָלעדזש לאָנדאָן (UCL). די גרופּע אַרבעט שױן יאָרן לאַנג אויפֿן פּראָיעקט, וואָס קומט באַלד צו אַ סוף. עס האָבן אָרגאַניזירט די אונטערנעמונג די פֿאָרשערינס אסתּר סענדראָי, לילי קאַהן, סאָניאַ יאַמפּאָלסקײַאַ, זאָיִ בעלק און טאַמאַראַ גליסאָן פֿרידבערג. דאָס איז געװען די דריטע קאָנפֿערענץ פֿון YiLAS ייִדיש אין דעם 21סטן יאָרהונדערט (די ערשטע איז פֿאָרגעקומען אין 2009 אין רעגענסבורג און די צװײטע אין דיסעלדאָרף אין 2019). און מע וואַרט שוין אומגעדולדיק צו װיסן װען און װוּ װעט די פֿערטע קאָנפֿערענץ פֿאָרקומען.

ס׳רובֿ פֿון די רעפֿעראַטן האָבן דיסקוטירט ייִדיש הײַנטצוטאָג. מע האָט גערעדט װעגן דער ייִדישער שפּראַך בײַ די חסידים און בײַ די ייִדישיסטן, פֿונעם קוקװינקל פֿון גראַמאַטיק און פֿון דער סאָציאָלינגװיסטיק. מע האָט אויך געגעבן לעקציעס װעגן ייִדיש אין טעלעװיזיע, װעגן װי ייִדיש איז משפּיע אויף אַנדערע לשונות װי שפּאַניש (אין דער מעקסיקאַנער ייִדישער קהילה, למשל) אָדער דײַטש (אין דער ייִדישער קהילה אין בערלין). דאָס רובֿרעפֿעראַטן זענען פֿאָרגעקומען אױף ענגליש, כאָטש אַ טייל זענען געווען אויף ייִדיש. איזי פּאָזען — אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט אױף טװיטער און אײנער פֿון די פֿאָרשערס פֿון חסידיש ייִדיש אין UCL —  האָט געגעבן אַ גלײַכצײַטיקע איבערזעצונג פֿון די ייִדיש־שפּראַכיקע סעסיעס אױף זום.

דער עולם וואַרט ביז עס הייבט זיך אָן דער קומעדיקער רעפֿעראַט Photo by Steve Best

לעאַ שעפֿער, אַ חשובֿע לינגוויסטקע פֿון גערמאַנישע שפּראַכן, און אײַזיק בלימאַן, אַ סאָציאָלינגוויסט פֿון ייִדיש, האָבן געהאַלטן די צוויי הויפּט־רעפֿעראַטן. דער ערשטער טאָג האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַן אינטערעסאַנטער הויפּטרעדע פֿון שעפֿערן וועגן קאַטעגאָריזירן דיאַלעקטן מיט אַ וויסנשאַפֿטלעכן צוגאַנג, „דיאַלעקטאָמעטריע“. ניצנדיק דאַטן פֿון דעם שפּראַך־ און קולטור־אַרכיוו פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום (LCAAJ), האָט זי געוויזן טעכניש ווי אַזוי מען קען זיך אויסמאָלן דיאַלעקטן אויף דער מאַפּע, און ווי מע קען בעסער פֿאַרגלײַכן דיאַלעקטן איינער מיטן צווייטן מאַטעמאַטיש.

אַזוי האָט שעפֿער אַנטפּלעקט אַז אויפֿן זעלביקן אופֿן קען מען זאָגן אַז חסידיש ייִדיש איז אַ נײַער דיאַלעקט, גאַנץ אַנדערש ווי דיאַלעקטן וואָס מען האָט אַ מאָל געהערט אין מזרח־אייראָפּע. מע קען אָבער נאָך אַלץ געפֿינען חסרונות בײַ די דאַטן. צום באַשפּיל מע האָט בלויז געפֿרעגט די אָנטיילנעמערס וווּ זיי וווינען איצט און נישט געפֿרעגט פֿון וועלכע לענדער זיי שטאַמען אָפּ. דאָס הייסט אַז חסידים פֿון כּלערליי לענדער אין דעם אויספֿרעג האָבן געניצט אַנגליציזמען אָבער אַזעלכע ווערטער זענען לאַװ־⁠דװקא קיין באַווײַז פֿון אַ טענדענץ אומעטום. שעפֿער האָט אָבער אַ שטאַרקע מעטאָדאָלאָגיע און ס’איז כּדאַי אַז פֿאָרשערס פֿון חסידיש ייִדיש זאָלן זי נעמען אין אַכט.

בלימאַן האָט גערעדט װעגן זײַן פֿאָרשונג סײַ מיט חסידים סײַ מיט ייִדישיסטן און אויך וועגן זייַן פּראָיעקט מיטן ייִדיש וואָס עדות נוצן אין חורבן־אינטערוויוען. אַ טשיקאַװער טײל פֿון זײַן רעפֿעראַט האָט אַנאַליזירט װאָס די חסידים טראַכטן װעגן די ייִדישיסטן און פֿאַרקערט. ער דערקלערט אַז אַפֿילו ווען אַ סך מיטגלידער פֿון די צוויי גרופּעס וווינען אין דער זעלבער שטאָט (ניו־יאָרק), זענען זיי ניט באמת אין קאָנטאַקט און דערפֿאַר האָבן זיי אַנטװיקלט אינטערעסאַנטע מיינונגען וועגן דער אַנדערער גרופּע. די ייִדישיסטן למשל האַלטן אַז חסידים נוצן אַ סך ענגלישע ווערטער און לייענען ניט קיין ייִדישע ליטעראַטור; די חסידים פאַרשטייען ניט פֿאַר וואָס ייִדישיסטן רעדן בכלל אויף ייִדיש און זיי מיינען אַז דאָס איז מאָדנע. בלימאַן האָט אויך אַנאַליזירט די פֿאָנעטישע אונטערשיידן צווישן די חסידים און די ייִדישיסטן און ווי אַזוי די ייִדישיסטן נוצן נעאָלאָגיזמען. צום סוף האָט ער דערקלערט ווי זײַן נײַער פּראָיעקט פון שאַפֿן אַ קאָרפּוס פֿונעם גערעדטן ייִדיש אין אייראָפּע קען דינען ווי אַ רײַכער מקור בעסער צו פֿאַרשטיין ייִדישע דיאַלעקטן בכלל און ווי מע קען לערנען וועגן דיאַלעקטן אין קלאַס.

רבֿקה מאַרגאָליס האָט אין אַן עפֿנטלעכן רעפֿעראַט גערעדט װעגן איר נײַ בוך װעגן ייִדישיסטן — Yiddish Lives On: Strategies of Language Transmission. איר בוך אַנאַליזירט דורך פֿאַרשידענע תּחומען (געשיכטע, סאָציאָלינגוויסטיק און עטנאָגראַפֿיע) ווי אַזוי ייִדישיסטן — מענטשן וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים (heritage speakers בלע״ז) און די וואָס האָבן שפּעטער זיך געלערנט די שפּראַך, האָבן אַנטװיקלט סטראַטעגיעס כּדי מע זאָל ווײַטער רעדן ייִדיש אָדער זיך פֿאַראינטערעסירן אין דער שפּראַך. זי דערקלערט אַז במשך פֿון 70 יאָר האָבן ייִדישיסטן זיך פֿאַרנומען מיט דער שפּראַך אויף פֿאַרשידענע אופֿנים: גערעדט ייִדיש אין דער היים, געשפּילט ייִדיש טעאַטער, געזונגען ייִדישע לידער און אַרויסגעגעבן מאַטעריאַלן אויף ייִדיש. מאַרגאָליס האָט דערקלערט אַז יונגע ייִדישיסטן וואָס פֿאַרשפּרייטן די שפּראַך צווישן ניט־ייִדיש רעדערס נוצן טיקטאָק און סנאַפּטשאַט אויף אַ שעפֿערישן אופֿן. הייסט עס, אַז די סאָציאַלע מעדיע שפּילט אויך אַ וויכטיקע ראָלע, שאַפֿנדיק זאַכן אויף ייִדיש, כּדי מער מענטשן זאָלן זיך פֿאַראינטערעסירן אין זיך לערנען די שפּראַך.

איינע פֿון די אינטערעסאַנטע זאַכן וואָס מאַרגאָליס האָט דערקלערט איז אַז עס זענען דאָ גרופּעס און אָרגאַניזאַציעס פֿון ייִדישיסטן וווּ מע רעדט ניט קיין סך וועגן פּאָליטיק לשם שלום־בית אָבער עס זענען דאָ אַנדערע גרופּעס פֿון ייִדישיסטן װאָס זענען זייער פּאָליטיזירט און ראַדיקאַל. מאַרגאָליס מיינט אַז ביידע סאָרטן גרופּעס זײַנען וויכטיק און וואָלטן געדאַרפֿט ממשיך זײַן מיט זייער אַרבעט.

אויף דער סעסיע פֿון שפּראַכקאָנטאַקט האָט מען גערעדט וועגן ייִדיש אין די הײַנטיקע ייִדישע קהילות אין ווין, מעקסיקע און די פֿרומע גרופּעס אין ישׂראל און אויך וועגן שפּראַכקאָנטאַקט אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש, ווי למשל אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די רעדנער וואָס אַנאַליזירן ייִדיש אין די פֿרומע שולעס אין ישׂראל האָבן אַנאַליזירט ווען די לערערקעס נוצן העברעיִשע זאַצן.

מענדי כּהנא זינגט אויפֿן קאַבאַרעט Photo by Steven Best

אָבער אַחוץ די רעפֿעראַטן האָבן די לינגװיסטן און ייִדישיסטן אויך געפֿונען צײַט סתּם צו פֿאַרברענגען און הוליען אַ ביסל. דעם ערשטן אָוונט האָט דער זינגער און דירעקטאָר פֿון „יונג־ייִדיש“, מענדי כּהנא, געפֿירט אַ ייִדיש־קאַבאַרעט. זײַן פֿעיִקייט צו פֿאַרכאַפּן דעם עולם איז שוין לעגענדאַריש, נאָר ס’איז דאָך געווען אַ חידוש בײַצוזײַן ווען אוניווערסיטעט קאָלעדזש לאָנדאָן איז געוואָרן זײַן בינע; צו ערשט — אַ וואַלד, דערנאָך אַ שטעטל און אַ חתונה. די דרויסנדיקע וועלט איז אונדז נעלם געוואָרן בשעת ער האָט דעקלאַמירט די ווערטער פֿון פּרץ מאַרקישן: „איך קען דיך ניט, פֿאַרגאַנגענהײט, … איך האָב זיך אײַך געחלומט! … און דו ווער ביסט, מײַן צוקונפֿט, פֿאַרוואַקסענע אין גרויע האָר? כ’געהער ניט דיר, דו חלומסט זיך מיר נאָר!“

דזשאָש מידלטאָן האָט כּהנען באַגלייט אויף דער האַרמאָניע, און שפּעטער זײַנען צוגעקומען נאָך קלעזמאָרים: אַנאַ לאָווענשטיין אויפֿן פֿידל און דניאל גולי אויפֿן קלאַרנעט. באַלד האָט מען אַרומגעשיקט דעם מיקראָפֿאָן און דער ישׂראלדיקער זינגער פּיני בראַון האָט אַלעמען געגעבן צו פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון זײַן רעפּערטואַר פֿון ייִדישן דזשעז. ווען מע האָט זיך צעטאַנצט האָט מען זיך נישט געקענט באַגרענעצן אין איין צימער. עמעצער האָט גענומען טאַנצן מיט אַ פֿלאַש אויפֿן קאָפּ און אַ צווייטער איז געזעסן אויף אַ פּאָר אַקסלען.

סאָניע גאָלאַנץ און מענדי כּהנא גייען אַ טענצל Photo by Steve Best

דינסטיק אין אָוונט איז ברוך־השם געווען רויִקער, האָט מען געגעסן וועטשערע — אָבער נישט „קאָנפֿערענץ עסן“, זאָלט איר פֿאַרשטיין, נאָר פֿײַנע מאכלים פֿון גראָדזשינסקיס כּשרן רעסטאָראַן אין דער חסידישער געגנט סטאַמפֿאָרד היל: חלות, קוגלען, סאַלאַטן און אַוודאי נאָך אַ פּאָר גלעזעלעך ווײַן.

בײַ דער דיסקוסיע דעם לעצטן נאָכמיטאָג איז „פּאָסטווערנאַקולאַר ייִדיש“ געווען אַ הויפּטטעמע, ניצנדיק דאָס וואָרט וואָס די פֿאָרשער צירל קוזניץ און דזשעפֿרי שאַנדלערן האָבן פֿאַרשפּרייט צו באַשרײַבן ווי אַזוי ייִדיש איז הײַנט בײַ אַ סך ליבהאָבער פֿון דער שפּראַך גיכער אַ סימבאָל איידער אַ קאָמוניקיר־מיטל. דאָך איז געווען אַ ביסל שווער זיך צו דעררעדן אויף איין באַטײַט פֿון „פּאָסטווערנאַקולאַר“. אַ טייל האָט געזאָגט אַז דאָס וואָרט אַליין קען קלינגען פּעריאָראַטיוו און נאָך אַ טייל האָבן געפֿרעגט אויב אַלץ וואָס מע טוט וויסיק קען קריגן דעם פּרעפֿיקס „פּאָסט-“. איינע האָט געפֿרעגט, „פֿאַרוואָס ניצט מען נישט אַזאַ וואָרט צו באַשרײַבן ווי אַזוי מענטשן ניצן אַנדערע שפּראַכן ווי וועלשיש דערצו?“

מיט דער צײַט איז געוואָרן קלערער, אַז אויב עס עקזיסטירן טאַקע סימבאָלישע סיבות פֿאַרוואָס מע זאָל רעדן ייִדיש נאָך דעם חורבן, זענען זיי אַנדערש בײַ די ייִדישיסטן ווי זיי זענען בײַ די חסידים, און אַז אַפֿילו צווישן ייִדישיסטן בלײַבט אַ חילוקי־דעות. ווען מע האָט אָנגעהויבן צו רעדן וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש האָט אתרוג, דאָס איינציקע אייניאָריקע בײַ דער קאָנפֿערענץ, איבערגעריסן דעם שמועס מיט אַ וואָרף פֿון זײַן קאָלדרע.

נאָך דער קאָנפֿערענץ האָבן צוויי געוועזענע חסידים, איזי פּאָזען און נח ליי, געפֿירט אַ טור פֿון סטאַמפֿאָרד היל: וווּ מע קען קויפֿן יודאַיִקאַ, היימיש עסן און דאָס סאַמע בעסטע: ייִדישע ביכער פֿאַר קינדערלעך. מיר האָבן זיך אַ סך דערוווּסט וועגן דער געשיכטע פֿון דער געגנט, ווי למשל, אויף וואָסערער גאַס וווינען די „משיחיסטן“, און ווי אַזוי אַ קרעטשמע איז מגולגל געוואָרן אין אַ בית־מדרש פֿאַר „באָבאָוו־45“, אַן אָפּצווײַג פֿון די באָבעווער חסידים. כאָטש מיר זענען דאָרט נישט געווען דאָנערשטיק, ווען מע טיילט געוויינטלעך אויס הייסן טשאָלנט, איז דאָס עסן אין „כּשר גריל אָן דע היל“ טאַקע געווען געשמאַק און אַ פּערפֿעקטער סוף פֿון די דרײַ פֿאַרנומענע טעג.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.