Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי האָט דער פֿאָרווערטס באַשריבן דעם וואַרשעווער געטאָ אויפֿשטאַנד?How did the Forverts describe the Warsaw Ghetto Uprising?

דער פֿאָרווערטס האָט געוואָרנט אַז נאָך דעם ווי מע וועט אַרויסטרײַבן און דערהרגענען די ייִדן פֿון געטאָ וועט מען טאָן דאָס זעלבע מיטן קראָקעווער געטאָ.

הײַיאָר מערקט מען אָפּ 80 יאָר זינט דעם וואַרשעווער געטאָ אויפֿשטאַנד. להיפּוך צו אַ סך אַמעריקאַנער צײַטונגען, איבערהויפּט די „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט דער פֿאָרווערטס במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה געהאַלטן אין איין דרוקן באַריכטן וועגן דער פֿאַרטיליקונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין אייראָפּע.

אָבער צוליב דעם וואָס די קאָמוניקאַציע צווישן אַמעריקע און די טיילן פֿון אייראָפּע אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע זענען געווען כּמעט אין גאַנצן איבערגעריסן, זענען די ידיעות אין די אַמעריקאַנער צײַטונגען וועגן דער מלחמה בכלל, און וועגן דעם גענאָציד איבער די ייִדן בפֿרט, ניט אַלעמאָל געווען קיין פּינקטלעכע. דאָס אַלגעמיינע בילד, אַז עס קומט פֿאָר אַ טראַגעדיע אָן קיין שום היסטאָרישן פּרעצעדענט, איז אָבער יאָ געווען קלאָר, נאָר מע האָט פֿאַרפּלאָנטערט אַ סך פּרטים צוליב דעם דוחק אין קאָמוניקאַציע.

אַזעלכע אומפּינקטלעכקייטן ווערן הײַנט אויסגענוצט דורך די אָפּלייקענער פֿונעם חורבן איבערצוצײַגן מענטשן, אַז קיין חורבן איז באמת ניט געווען. די עכטע היסטאָריקער פֿאַרשטייען גוט, פֿאַר וואָס די דאַטעס פֿון פֿאַרשידענע גרויסע געשעענישן זענען לכתּחילה ניט ריכטיק איבערגעגעבן געוואָרן דורך דער פּרעסע אָדער פֿאַר וואָס מע האָט אַמאָל באַשריבן געשעענישן, וואָס זענען בכלל ניט פֿאָרגעקומען. געוויסע בייזע פּאַרשוינען וואָס זוכן „באַווײַזן‟ וועגן דעם „ייִדישן ליגן‟, מאַכן אָבער פֿון דעם אַ גרויסן ענין.

אין דעם קאָנטעקסט איז אינטערעסאַנט צו באַטראַכטן, ווי אַזוי דער פֿאָרווערטס האָט לכתּחילה באַשריבן דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. די ערשטע באַריכטן, פֿונעם 22סטן אַפּריל 1943 (דרײַ טעג נאָכן אָנהייב פֿונעם אויפֿשטאַנד) גיבן אָנצוהערענישן אַז עפּעס וויכטיק קומט פֿאָר, נאָר דערמאָנט קוים וועגן דעם אויפֿשטאַנד. אונטערן קעפּל „נאַציס שעכטן אויס לעצטע ייִדן אין וואַרשע, געהיימע ראַדיאָ זאָגט אַז נאַציס פֿירן לעצטע 35,000 ייִדן צו שחיטה‟ און „נאַציס הייבן אָן פּאָגראָם אין וואַרשע צו דעם צווייטן סדר‟, האָט מען געשריבן ווי די ייִדן „קעמפֿן מיט ליידיקע הענט קעגן באַוואָפֿנטע נאַצי־מערדער‟. דער אַרטיקל הייבט זיך אָן מיט די גרויליקע ווערטער:

„ווען די ייִדן איבער דער גאַנצער וועלט זײַנען געזעסן בײַם צווייטן סדר און געפֿײַערט דעם יום־טובֿ פֿון פֿרײַהייט, האָבן די נאַציס אָנגעהויבן אויסשעכטן די לעצטע ייִדן אין דער וואַרשעווער געטאָ.‟

די ידיעה, אַז עס קומט פֿאָר אַן אָרגאַניזירטער ווידערשטאַנד קעגן די דײַטשן איז ניט דערשינען אין פֿאָרווערטס ביז מיט צוויי טעג שפּעטער. דעם 24סטן אַפּריל 1943, אונטערן הויפּט־קעפּל „ענגלענדער נעמען נאָך דרײַ מײַל לעבן טוניס‟, האָט מען געשריבן אַז די „ייִדן אין וואַרשעווער געטאָ קעמפֿן מיט געווער קעגן נאַציס‟. אָט איז דער דעמאָלטדיקער פֿאָרווערטס־באַריכט:

„די ייִדן אין דער וואַרשעווער געטאָ קעמפֿן מיט געווער אין די הענט קעגן די נאַצישע סאָלדאַטן, וועלכע זײַנען געשיקט געוואָרן אַרויסצוטרײַבן די לעצטע פֿאַרבליבענע ייִדן פֿון וואַרשע. אַן אמתע שלאַכט האָט זיך צעפֿלאַקערט ווען די נאַציס האָבן אַרײַנגעשיקט טענקס [טאַנקען] און געפּאַנצערטע קאַרס [אויטאָס] צו באַהערשן דעם ווידערשטאַנד אין דער געטאָ.‟

„דעם דאָזיקן מערקווירדיקן באַריכט האָט געקראָגן די פּוילישע רעגירונג אין לאָנדאָן, דאָנערשטיק פֿאַרטאָג. ווען די לעצטע נײַעס איז אָנגעקומען קיין לאָנדאָן איז נאָך די שלאַכט אָנגעגאַנגען מיט פֿולער קראַפֿט.‟

„דאָנערשטיק איז געווען אַ מעלדונג פֿון לאָנדאָן וועגן אַ געהיימען ראַדיאָ־בראָדקייסט [טראַנסמיסיע] פֿון וואַרשע, אַז די נאַציס האָבן באַשלאָסן צו פֿאַרטיליקן די לעצטע 35 טויזנט ייִדן אין דער וואַרשעווער געטאָ.‟

„די וועלכע שטעלן איצט אַרויס דעם ווידערשטאַנד, זײַנען די געזונטסטע און קעמפֿערישסטע ייִדן, וואָס זײַנען געבליבן אין וואַרשע, נאָך דעם ווי די נאַציס האָבן אויסגעפֿירט די פֿילע מאַסן־מאָרדן און אַרויסשיקונגען לעצטן האַרבסט.‟

„דאָס געווער מיט וועלכן די ייִדן קעמפֿן, איז צוגעשטעלט געוואָרן פֿון דער פּוילישער אונטערערדישער באַוועגונג, וועלכע האָט אויך אַרײַנגעשיקט געשולטע קאָמאַנדירן פֿאַר דער דאָזיקער לעצטער שלאַכט. פֿילע נאַצישע סאָלדאַטן זײַנען שוין אויסגעהרגעט געוואָרן, זאָגט דער באַריכט.‟

„נאָך דעם ווי זיי וועלן אַרויסטרײַבן און אויסמאָרדן אַלע ייִדן פֿון דער וואַרשעווער געטאָ, וועלן זיי אויך אַרויסטרײַבן די ייִדן פֿון קראָקאָווער געטאָ. די אַרויסשיקונגען פֿון קראָקע האָבן זיך שוין אָנגעהויבן, ווערט געמאָלדן. די לעבן־געבליבענע וועלן פֿאַרשיקט ווערן אין ספּעציעלע קאָנצענטראַציאָנס־לאַגערן, וועלכע זײַנען אויפֿגעשטעלט געוואָרן לעבן לאָדזש, סאָסנאָוויץ און אַנדערע שטעט.‟

„אין די פּוילישע רעגירונגס־קרײַזן רעכנט מען, אַז ביז איצט זײַנען שוין אָנדערהאַלבן מיליאָן פּוילישע ייִדן אומגעקומען דורך די בלוטיקע הענט פֿון היטלערס מערדער.‟

ווי מע קען זען, איז דער באַריכט, כאָטש מיט געוויסע אומפּינקטלעכקייטן, געווען כּמעט אין גאַנצן אַ ריכטיקער. בײַם הײַנטיקן לייענער איז אפֿשר שווער צו פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די ידיעות וועגן דעם אויפֿשטאַנד זענען נישט געווען די ערשטע נײַעס פֿון טאָג. די הויפּטנײַעס איז געווען וועגן דער ענגלישער אָפֿענסיווע אין טוניס. ס׳איז קלאָר, אַז מע האָט פּשוט ניט פֿאַרשטאַנען, ווי לאַנג עס וועט אָנגיין די שלאַכט אין וואַרשעווער געטאָ אָדער וואָס פֿאַר אַ וויכטיקן סימבאָל דער אויפֿשטאַנד וועט ווערן בײַ ייִדן איבער דער גאָרער וועלט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.