טשיקאַוועסן: אַרכיוו־בילדער פֿון אַקטיאָר קירק דאָגלאַס איצט צוטריטלעך • הילף פֿאַר יונגע גאַסטגעבער פֿון שבת־מאָלצײַטןTidbits: Archival photos of actor Kirk Douglas now accessible • Helping young people host shabbos meals
אַ טייל פֿון דאָגלאַסעס פֿילמען זענען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער און ישׂראלדיקער געשיכטע.
Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!
If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.
Listen to the report here:
הערט דעם באַריכט אויף אוידיאָ דאָ:
מיט אַ חודש צוריק האָט דער ישׂראלדיקער פֿאָטאָגראַף ארדון בר־חמא דיגיטאַליזירט 10,000 פֿאָטאָגראַפֿיעס וואָס געפֿינען זיך אינעם אַרכיוו פֿונעם לעגענדאַרן האָליוווּד־אַקטיאָר קירק דאָגלאַס. דערבײַ זענען די בילדער געוואָרן צוטריטלעך און פֿרײַ פֿון אָפּצאָל פֿאַר אַלעמען.
דער פּראָיעקט איז געשטיצט געוואָרן דורך דער משפּחה־פֿונדאַציע אויף דאָגלאַסעס נאָמען. זינט דער דיגיטאַלישער פֿאָטאָ־אַרכיוו איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן האָט מען אים שוין באַזוכט מער ווי אַ מיליאָן מאָל.
קירק דאָגלאַס (זײַן אמתער נאָמען: איסור דאַניעלאָוויטש) איז געבוירן געוואָרן אין 1916 בײַ ייִדישע אימיגראַנטן פֿון ווײַסרוסלאַנד, און איז געשטאָרבן אין 2020 צו 103 יאָר.
דער דיגיטאַלישער אַרכיוו נעמט אַרײַן בילדער פֿון זײַנע מער ווי 80 פֿילמען, אַרײַנגערעכנט דעם סאַמע באַרימטסטן — „ספּאַרטאַקוס“ (1960). אַ טייל פֿון דאָגלאַסעס פֿילמען זענען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער און ישׂראלדיקער געשיכטע ווי למשל „דער זשונגליר“ וואָס מע האָט פֿילמירט אין ישׂראל אין 1953, און „וואַרפֿט אַ גרויסן שאָטן“, וואָס האָט געבראַכט די באַרימטע אַקטיאָרן יול ברינער, פֿרענק סינאַטראַ און דזשאָן וויין קיין ישׂראל.
צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read the news in English, click here.
•
יונגע ייִדן וואָס זוכן אַן אָרט צו עסן אַ שבתדיקן מאָלצײַט האָבן הײַנט אַ ברירה: זיי קענען זיך פֿאַרשרײַבן אויף דער וועבזײַט פֿון „איין טיש“ — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס ברענגט צונויף יונגע גאַסטגעבער מיט געסט וואָס וווינען אין דער זעלבער שטאָט.
זינט די אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געוואָרן מיט 8 יאָר צוריק האָבן שוין 180,000 יונגע ייִדן זיך פֿאַרשריבן אָדער ווי גאַסטגעבער אָדער ווי געסט און דערבײַ געפּראַוועט שבת מיט אַנדערע יונגע לײַט. אַ ביסל מער ווי אַ העלפֿט פֿון די באַטייליקטע זענען אומבאַפּאָרטע.
די סיסטעם אַרבעט אַזוי: ווען איינער פֿאַרשרײַבט זיך בײַ „איין טיש“ כּדי צו ווערן אַ גאַסטגעבער פֿון אַ שבתדיקן מאָלצײַט, העלפֿט די אָרגאַניזאַציע דעקן די הוצאָות. וואָס מער געסט דער גאַסטגעבער פֿאַרבעט, אַלץ מער געלט באַקומט ער אָדער זי. די אָרגאַניזאַציע שטיצט אויך אונטער מאָלצײַטן אָרגאַניזירט פֿון סטודענטן דורך „הילל“ און אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און דערלויבט דעם גאַסטגעבער צו באַשטימען געוויסע תּקנות פֿאַר די געסט ווי למשל פֿאָדערן אַז אַלע זאָלן מיטברענגען אַ באַווײַז אַז זיי זענען שוין וואַקצינירט קעגן „קאָוויד־19“.
צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read the news in English, click here.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO