ווידעאָ: די אַקטריסע לאה שלאַנגער בײַם קלוב „יונג ייִדיש“ אין תּל־אָבֿיבֿ, אַ יאָר פֿאַר איר פּטירהVIDEO: Actress Lea Szlanger at the club Yung Yidish in Tel Aviv, a year before her passing
ס׳איז געווען יום־השואה 2022 און זי האָט ספּאָנטאַן אָנגעהויבן זינגען דאָס טראַגישע ליד „אַ ייִדיש קינד“
דעם 9טן מאַרץ 2023, אַ טאָג נאָך דעם ווי די גרויסע ייִדישע אַקטריסע לאה שלאַנגער איז אַוועק פֿון דער וועלט, האָט מענדי כּהנא, דער דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע „יונג ייִדיש“ אין תּל־אָבֿיבֿ, אַרויפֿגעשטעלט אַ ווידעאָ אויף פֿייסבוק פֿון אַ טרעפֿונג מיט איר אינעם לאָקאַל פֿון „יונג ייִדיש“ אַ יאָר פֿאַר איר פּטירה. דאָס איז געווען יום־השואה 2022.
בעת דער טרעפֿונג האָט לאה שלאַנגער, וואָס איז לעצטנס געשטאָרבן צו 91 יאָר, אָנגעהויבן זינגען דאָס טראַגישע ליד, „אַ ייִדיש קינד“ וואָס חנה חייטין ווײַנשטיין האָט געשאַפֿן אינעם שאַוולער געטאָ, וועגן אַ מאַמע וואָס באַשליסט צו ראַטעווען איר קינד פֿון די נאַציס דורכן באַהאַלטן עס בײַ קריסטלעכע שכנים. דערין גיט די מאַמע דעם ייִנגל קלאָרע אינסטרוקציעס ווי זיך אויפֿצופֿירן מיט זײַן נײַער משפּחה:
מיט די קינדער שפּיל זיך פֿײַן,
שטיל, געהאָרכזאַם, זאָלסטו זײַן
קיין ייִדיש וואָרט, קיין ייִדיש ליד,
ווײַל דו ביסט מער ניט קיין ייִד.
דעם גאַנצן טעקסט פֿון ליד קען מען געפֿינען דאָ.
בשעת שלאַנגער זינגט עס קען מען זען ווי זי די צוהערער פֿילן מיט מיט דער אומגליקלעכער מאַמען.
דעם ווידעאָ האָט געמאַכט געערט וואַן קעסטערען, ווי אַ טייל פֿון זײַן פּראָיעקט צו שאַפֿן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן לאה שלאַנגער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO