אינעם נײַעם ייִדיש־קלאַס בײַם אַמסטערדאַמער אוניווערסיטעט לערנען זיך מער ווי 50 סטודענטן New Yiddish class at the University of Amsterdam has over 50 students
די נײַעס האָט אַרויסגערופֿן אַ צאָל באַריכטן אין די האָלענדישע צײַטונגען און טעלעוויזיע-קאַנאַלן.
נאָך אַכט יאָר וואָס מען האָט נישט געלערנט קיין ייִדיש אין אַמסטערדאַמער אוניווערסיטעט, שטודירן דאָרט איצט 53 סטודענטן די שפּראַך.
די נײַעס האָט אַרויסגערופֿן אַ צאָל באַריכטן אין די האָלענדישע צײַטונגען און טעלעוויזיע-קאַנאַלן, וווּ די רעפּאָרטערס האָבן אינטערוויוירט די לערערין, דניאלה זײַדמאן-מויער, און עטלעכע פֿון די תּלמידים. ייִדיש לעבט ווידער אין „מקום“! אַזוי פֿלעגן ייִדן רופֿן אַמסטערדאַם. הײַנט שטייט „מקום“ אַפֿילו אין שטאָט-רעקלאַמעס.
די סטודענטן טרעפֿן זיך צוויי מאָל אַ וואָך – דינסטיק און דאָנערשטיק — און דערצו גיט מען זיי אַ סך היימאַרבעט. אַלע האָבן געדאַרפֿט קודם־כּל זיך לערנען דעם אַלף-בית ווײַל כּמעט קיינער פֿון זיי האָט עס ניט געהאַט געקענט. זיי האָבן אויך געדאַרפֿט פּטור ווערן פֿונעם דײַטשישן אַרויסרעד. „זאָג נישט ‘איש’, נאָר ‘איך’,“, בעסערט דניאלה אויס די שילער. „נישט ‘האַט’, נאָר ‘האָט’.“
אַ טייל פֿון די תּלמידים זענען סטודענטן אינעם פֿאַקולטעט פֿאַר יודאַיִסטיק און שטודירן געשיכטע; אַן אַנדער טייל לערנט זיך בײַ אַנדערע פֿאַקולטעטן אין אַמסטערדאַם און אַפֿילו בײַ אַנדערע אוניווערסיטעטן.
דזאָן* פֿון כראָנינאַן, די גרעסטע שטאָט אין צפֿון האָלאַנד, שרײַבט אַ דיסערטאַציע וועגן עגאָ-דאָקומענטן געשריבענע דורך ניצול־געוואָרענע ייִדן. „די דאָזיקע גבֿית־עדות האָט מען איבערגעזעצט און די פֿאָרשער באַניצן בלויז די איבערזעצונגען,“ האָט דזאָן געזאָגט. ער אַליין וויל אָבער לייענען די טעקסטן אין אָריגינאַל, אויף מאַמע-לשון, און אפֿשר געפֿינען נאָך עטלעכע וואָס מע האָט נאָך נישט איבערגעזעצט.
מרימס מאַמע, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, דערציילט קינדער אין די עפֿנטלעכע שולן וועגן אירע דערפֿאַרונגען בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. מרים איז אַ זינגערקע און זוכט אַן אייגענעם אופֿן זיך צו באַציִען צום חורבן און אפֿשר אַזוי ברענגען אַ ברייטן, יונגן עולם נענטער צו דער געשיכטע פֿון חורבן. ייִדיש — און בפֿרט ייִדישע לידער — איז לויט מרימען זייער וויכטיק: „דאָס איז דאָך געווען די פּראַך פֿון מיליאָנען אומגעקומענע ייִדן,” האָט זי געזאָגט.
איין יונגערמאַן וואָס זאָגט אַז ער איז נישט קיין ייִד, שפּילט אין אַ מעטאַל-בענד. ער האַלט פֿון כּלי-זמר מוזיק, און האָט צוליב דעם באַשלאָסן זיך צו לערנען ייִדיש. צווישן די סטודענטן זעט מען אויך אַ סך גרויע קעפּ. דאָס זענען די „עקסטערנע“ תּלמידים, וואָס וואָלטן געקענט זײַן באָבע-זיידע פון די ייִנגערע סטודענטן. עטלעכע פֿון זיי זינגען אין אַ ייִדיש כאָר, אַנדערע האַלטן פֿון כּלי-זמר מוזיק וואָס איז דאָ זייער פּאָפּולער. און, ווי אַלעמאָל, האָבן אַ פּאָר תּלמידים געהערט ייִדיש אין דער היים.
אַמסטערדאַם איז פֿון אָנהײב 17טן יאָרהונדערט אָן געװען אַן אינטערנאַציאָנאַלער קנופּפּונקט פֿון האַנדל, פֿינאַנצן און די לעצטע נײַעס פֿאַר סוחרים. רעליגיעזע אומאָפּהענגיקײט און אַ מערקאַנטילע אײַנשטעלונג בײַ דער מאַכט האָבן גורם געװען אַ גרױסע פּרעסע-פֿרײַהײט. מע האָט געדרוקט פֿרײַע צײַטונגען אין צען שפּראַכן. מע האָט פֿאַרדינט געלט דורך דער פֿרײַער פּרעסע. בכן זײַנען די דרוקערײַען געװען פֿון אַ הױכער קװאַליטעט. און אַזױ אַרום איז די שטאָט געװאָרן אַ צענטער פֿאַר ייִדישע ביכער: אױף לשון-קודש, שפּאַניש און פּאָרטוגעזיש, און אױך ייִדיש.
אַשכּנזישע ייִדן זענען געקומען קיין אַמסטערדאַם ערשט אָנהייב 17טן יאָרהונדערט. זיי האָבן גערעדט מערבֿ-ייִדיש. סוף 19טן יאָרהונדערט זענען אָנגעקומען מזרח-אייראָפּעיִשע יידן.
די אַסימילאַציע פֿון די אײַנגעזעסענע ייִדן איז דעמאָלט געװען אין פֿולן ברען. אין אַמסטערדאַם האָבן אָבער צענדליקער טױזנטער ייִדן געוווינט אינעם סאַמע אָרעמסטן טײל פֿון שטאָט. די אָרעמע ייִדן האָבן געהאַט אַ שטאַרקן אַלײן־באַװוּסטזײַן װי ייִדן, װי אַמסטערדאַמער און װי פּראָלעטאַריער. זיי האָבן גערעדט אויף זײער אײגענעם ייִדיש-באַפֿעפֿערטן דיאַלעקט פֿון האָלענדיש, װאָס האָט געהאַט אַ גרױסע השפּעה אױפֿן אַמסטערדאַמער לשון בכלל, סײַ וואָס שייך דעם אופֿן רעדן,סײַ וואָס שייך די ווערטער און אױסדרוקן. הונדערטער ייִדישע װערטער זענען אַרײַן אין דער האָלענדישער שפּראַך, ווי למשל „מקום“, „מדינה“, משוגע (אַרויסגערעדט: „מעשאָכע“), צרות („סאָרעס“), בית („באַיעס“), חוצפּה און גנבֿ („כאַנעף“). איך האב שיִער נישט געחלשט ווען אַן אויסגעמאַטערטער האָלענדער האָט מיר אַ מאָל געזאָגט אַז ער איז „אָפּגעפּגרט“.
_________
די נעמען פֿון די סטודענטן זענען נישט זייערע אמתע נעמען, כּדי צו פֿאַרהיטן זייער פּריוואַטקייט
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO