די ייִדישע אַקטריסע און דיקטאָרין לאה שלאַנגער איז אַוועק צו 91 יאָרThe Yiddish actress and broadcaster Lea Szlanger has died at 91
במשך פֿון איר לעבן האָט שלאַנגער געשפּילט אין מער ווי 50 פּיעסעס, פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, אויף ייִדיש און העברעיִש.
די באַליבטע ייִדישע אַקטריסע, ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט און זשורנאַליסטקע לאה שלאַנגער איז דינסטיק אַוועק פֿון דער וועלט אינעם מאיר־שפּיטאָל אין כּפֿר־סבא, ישׂראל. זי איז געווען 91 יאָר אַלט.
במשך פֿון איר לעבן האָט שלאַנגער געשפּילט אין מער ווי 50 פּיעסעס, פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, אויף ייִדיש און העברעיִש. זי איז אויך געווען אַ רעדאַקטאָרין און דיקטאָרין פֿון ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען וועגן קונסט און קולטור אויף דער ישׂראלדיקער ראַדיאָ־סטאַנציע „קול ישׂראל“ און אויף דער ניו־יאָרקער ייִדישער סטאַנציע WEVD. אין די פּראָגראַמען האָט זי אינטערוויוירט אַ ברייטע גאַמע באַקאַנטע ייִדישע פֿיגורן, אַרײַנגערעכנט שרײַבער, פּאָעטן און פּאָליטיקער.
דערצו איז שלאַנגער געווען אַ פֿעיִקע זשורנאַליסטין אויף פֿאַרשידענע טעמעס פֿון דער ייִדישער קולטור. יאָרן לאַנג האָט זי געשריבן פֿאַרן פֿאָרווערטס (לייענט למשל איר רעצענזיע פֿונעם רירנדיקן פֿילם „יאַקובס געשיכטע“), ווי אויך פֿאַרן וואַרשעווער צײַטונג „דאָס ייִדישע וואָרט“ און דעם דיגיטאַלישן קולטור־זשורנאַל „ייִדיש־בראַנזשע“.
שלאַנגערס זון, יואבֿ שוואַלב, האָט געזאָגט דעם פֿאָרווערטס אַז זי איז נישט בלויז געווען אַן אויסערגעוויינטלעכע זינגערין, נאָר אויך געווען זייער כאַריזמאַטיש און אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס אין די מענטשן מיט וועמען זי האָט געשמועסט. „זי איז אויך געווען אַ טײַערע באָבע וואָס האָט צו אונדז אַרויסגעוויזן אַ סך ליבשאַפֿט,“ האָט ער געזאָגט.
שלאַנגער איז געבוירן געוואָרן אין קאַליש, פּוילן אין 1932, אַ קינד פֿון חיה און בער שלאַנגער. נאָך דער נאַצי־אינוואַזיע פֿון פּוילן איז איר משפּחה אַנטלאָפֿן אויף מיזרח און אין 1946 האָט זי זיך אומגעקערט קיין פּוילן, אין ביעלאָווע, נידערשלעזיע. ווי אַ יונג מיידל האָט זי שוין אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס און טאַלאַנט צו דער בינע־קונסט, באַטייליקנדיק זיך אין אַ דראַמע־קלוב און זינגענדיק סאָלאָס אין אַ כאָר.
זי האָט שטודירט טעאַטער אין דער „מלוכישער אַקאַדעמיע פֿון טעאַטער און קינאָ“ אין קראָקע און אויך געלערנט זינגען און פּיאַנע אין דער מוזיק־אַקאַדעמיע אין ברעסלע. זי האָט רעקאָרדירט לידער אויף פּויליש וואָס מע האָט טראַנסמיטירט אויף דער פּוילישער ראַדיאָ.
צווישן די יאָרן 1953 און 1957 האָט שלאַנגער אויפֿגעטראָטן אינעם מלוכישן טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ אין אַ צאָל פּראָדוקציעס, אַרײַנגערעכנט י. ל. פּרצעס „צוליב אַ שמעק טאַבעק“ און שלום־עליכמס „טבֿיה דער מילכיקער“.
אין 1957 האָט זי זיך באַזעצט אין ישׂראל וווּ זי האָט געזונגען און געשפּילט הויפּטראָלעס מיט די אַרטיסטן יוסף בולאָוו, דזשיגאַן און שומאַכער, זיגמונט טורקאָוו און יעקבֿ בן־עמי. בלויז איין וואָך נאָך איר אָנקומען אין דער ייִדישער מדינה האָט זי שוין געשפּילט אַ ראָלע אויף העברעיִש פֿאַר אַן עולם פֿון 800 מענטשן, אינעם תּל־אָבֿיבֿער טעאַטער „אוהל שם“.
אין 1960 האָט זי חתונה געהאַט מיט אַבֿרהם שוואַלב, וועלכער האָט אויך געהאַט געשפּילט טעאַטער אין פּוילן, און זיי האָבן געהאַט איין קינד און דרײַ אייניקלעך.
במשך פֿון די יאָרן האָט שלאַנגער אַרויסגעלאָזט אַלבאָמען לידער אויף ייִדיש, פּויליש און העברעיִש און גאַסטראָלירט איבער דער וועלט. די גרויסע העברעיִשע לידער־שרײַבערין נעמי שמר האָט לכּבֿוד איר באַשטעלט מע זאָל איבערזעצן דאָס ליד „ירושלים של זהבֿ“ אויף ייִדיש. געמאַכט די איבערזעצונג האָט לייב אָליצקי, מיטן טיטל „ירושלים שטאָט פֿון גאָלד“.
שלאַנגער איז פֿאַרבעטן געוואָרן צו שפּילן אַ הויפּטראָלע אינעם ייִדישן מיוזיקל, „דער דזשעז־זינגער“ אין לאָנדאָן און פֿון דאָרט האָט זי גאַסטראָלירט איבער אַרגענטינע, בראַזיל, ווענעזועלע, אורוגווײַ, מעקסיקע און קאַנאַדע.
שפּעטער האָט זי אויפֿגעטראָטן אין אַ סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג פֿון שלום־עליכמס „שיר השירים“, אוין אויף פֿעסטיוואַלן אין ירושלים, בערלין, קראָקע, מינכן און אַנדערע שטעט. זי האָט אויך געשפּילט אין פֿילמען און אין רעקלאַמעס אויף דער ישׂראלדיקער ראַדיאָ און טעלעוויזיע.
לאה שלאַנגער האָט פֿאַראָבֿלט איר זון, תּמיר; אַ שוועסטער, מערי, און דרײַ אייניקלעך — יואבֿ, איתן און אַלמה. זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן.
•
צו זען אַן אינטערוויו אויף ייִדיש מיט שלאַנגערן, פּראָדוצירט דורכן ייִדישן ביכער צעטער, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO