Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַן אילוסטרירטע אויסגאַבע פֿון אַן אַנאָנימער פּאָעמע וועגן מגילת־אסתּרAn illustrated edition of an anonymous Yiddish poem about the Purim story

דעם כּתבֿ־יד האָט דער ישׂראלדיקער ייִדיש־פֿאָרשער רוני כּהן אַנטדעקט בײַ דער דיגיטאַלישער זאַמלונג פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט דער ייִדיש־פֿאָרשער רוני כּהן זיך אָנגעשטױסן אױף אַ טשיקאַװען כּתבֿ־יד אין דער זאַמלונג פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו-יאָרק.

דער מאַנוסקריפּט, „מתּנה לפּורים‟, איז אַ מין פּאָעטישע איבערטײַטשונג פֿון מגילת־אסתּר אויף ייִדיש. הײַנט זײַנען שױן אַ היפּשע צאָל כּתבֿ־ידן צוטריטלעך אין דער דיגיטאַלער פֿאָרם פֿאַר פֿאָרשער פֿון דער גאַנצער װעלט, און כּהן האָט געקענט אַרבעטן מיט דעם דאָזיקן טעקסט פֿון זײַן הײם אין ישׂראל. געוויינטלעך װערן אַזוינע אַלטע מאַנוסקריפּטן פּובליקירט אין װיסנשאַפֿטלעכע אױסגאַבעס מיט פֿילאָלאָגישע הערות און היסטאָרישע דערקלערונגען פֿאַרן אַקאַדעמישן עולם פֿון יחידי־סגולה. כּהנס אױסגאַבע איז אַנדערש. דער ייִדישער מקור װערט באַגלײט מיט אַ קורצער הקדמה און שײנע צײכענונגען פֿון טעדי גאָלדענבערג. דער לײװיק־פֿאַרלאַג האָט זי אַרויסגעגעבן לכּבֿוד פּורים פֿאַר אַלע ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן װאָרט.

דאָס בוך קען מען קויפֿן דאָ.

דער כּתבֿ-יד שטאַמט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אָבער קײן גענױערע פּרטים װעגן דעם אָרט, דעם מחבר און אַנדערע אומשטאַנדן זײַנען ניטאָ. אַזױ אַרום איז דער טעקסט גופֿא דער אײנציקער מקור פֿון װאָסער ניט איז אינפֿאָרמאַציע. עס שטײט למשל אינעם כּתבֿ-יד, אַז דער מלך אחשורוש האָט באַקומען די מאַכט נאָך אַ רעװאָלוציע, װי „דער מלך פֿון צרפֿת‟. דאָס איז אַ רמז, האַלט כּהן, אױף דער רעװאָלוציע פֿון 1848, נאָך װעלכער נאַפּאָלעאָן דער דריטער איז געװאָרן דער קייסער פֿון פֿראַנקרײַך.

אינעם טעקסט װערן דערמאָנט פֿאַרשײדענע געאָגראַפֿישע ערטער, װי האָלאַנד, שװאַרצװאַלד אין דײַטשלאַנד, און אױך פּױלן און ליטע. עס איז אָבער ניט קלאָר אין װעלכער קהילה אָדער געגנט איז דאָס דאָזיקע ליד געשאַפֿן געװאָרן. אַ סבֿרא איז דאָס געװען ערגעץ אין די דײַטשישע לענדער װײַל עס זײַנען דאָ אַ סך דײַטשמערישע װערטער. דערצו ווערט שושן־הבירה אָנגערופֿן „רעזידענץ‟, ענלעך צו די הױפּטשטעט פֿון קלײנע דײַטשישע מלוכות אײדער מען האָט זײ פֿאַראײניקט אינעם דײַטשישן רײַך.

דער מחבר פֿון דער „מתּנה לפּורים‟ דערצײלט דעם באַקאַנטן סיפּור־המעשׂה פֿון מגילת־אסתּר, אָבער אין אײניקע ערטער לאָזט ער זיך פֿאַרברײטערן די מעשׂה. דער סאַמע בולטסטער עפּיזאָד איז „מסירת־המן‟, אַ מין מעמאָראַנדום, װאָס המן הרשע האָט צוגעשטעלט דעם מלך אחשורוש, כּדי צו באַרעכטיקן דעם פּאָגראָם אױף די ייִדן. אין דער מגילה איז דאָס בלױז אײן פּסוק, אָבער אין „מתּנה לפּורים‟ פֿאַרנעמט די דאָזיקע מסירה אַזש 39 פּרקים, העכער װי פֿערציק פּראָצענט פֿונעם גאַנצן ליד. דאָס איז אַ לאַנגע רשימה פֿון כּלערלײ אַנטיסעמיטישע בלבולים. דערבײַ שטעלט המנס מאָנאָלאָג פֿאָר אַ סאַטירע, װאָס קריטיקירט דעם ייִדישן לעבנס־שטײגער גופֿא. „דורך המנס מאָנאָלאָג קענען די צוהערערס אױך לאַכן װעגן זיך,‟ שרײַבט כּהן.

אין געגראַמטע שורות מאַכט המן חוזק פֿון ייִדן און זײערע מידות: „זײ ציִען אירע באַרט [בערד] גרױס / דאַמיט צוקומען אין אײן קלױס [קלױז]‟. ייִדן זײַנען שװינדלערס׃ „זײ באַטריגען [נאַרן אָפּ] די גאַנצע װעלט / איך טרױע אינען [זײ] דאָך קײן געלט.‟ גאַנץ שאַרף איז די סאַטירע אױף ייִדישע פֿרױען׃ „דען די פֿרױ האָט אײנען לאַנגן שלױף [שלאָף] / פֿאַר 10 אור [10 אַ זײגער] שטײט זי ניכט אױף.‟

מען דערװיסט זיך אױך װעגן ייִדישע מנהגים׃ „און ניסן באַקן זײ מצות, / זאָ רונד װי די ביצות. / סדר נאַכט עסן זײ חרוסת, / טרינקען אױך אַרבע כּוסות. […] דערנאָך קומט ל״ג בעומר, / עסן זײ מילך קוכן כּלומר.‟ יעדער יום־טובֿ האָט אַן אײגענעם מנהג. אױף הושענה רבה, למשל, שרײַבט ער אַז ייִדן „בלײַבן אױף ביז 1 אור [1 אַ זײגער] / און זאָגן אײן שטיק זוהר. / הן אַלע נשים מעוברות טון זיך רײַסן / דען אתרוג שטײעל [פּיטם – דעם שפּיץ פֿונעם אתרוג] אױס זײ בײַסן.‟ רוני כּהן דערקלערט אין אַ פֿוסנאָטע, אַז דאָס איז געװען אַ באַקאַנטע סגולה פֿאַר טראָגעדיקע פֿרױען אין אײראָפּע. אַזױ אַרום מאָלט די גאַנצע לאַנגע „מסירה‟ פֿון המן אַ פּרטימדיק בילד פֿונעם ייִדישן לעבן. דער קריטישער טאָן װערט מילדער װען המן קומט צו באַשרײַבן די מנהגים פֿון ייִדישע יום־טובֿים.

װען אסתּר דערװיסט זיך װעגן המנס גזירה, „זי זאָגט דער מלך זאָל איר אױף דער סעודה דען כּבֿוד געבן‟. עס איז גוט באַקאַנט, װאָס עס איז געשען אױף דער סעודה. און איצט „דאָס מזל האָט זיך דעקערט (איבערגעקערט) / המן פֿירט מרדכי זײַן פֿערד‟. המנס טאָכטער װערט אין כּעס אױפֿן טאַטן, זי „נעמט דאָס נאַכטכילה [נאַכט־כּלי?], / דאָס האָט געשטונקען װי אײנע נבֿלה‟ און „טוט אירן פֿאָטער באַשיטן.‟ המן, נעבעך, „שפּרינגט אינעם הױז אַרײַן װי אײן פֿראָש, / אװל וחפּוי ראָש.‟ מרדכי ברענגט המן מיט זײַנע צען זין צו דער תּליה און װערט באַלױנט פֿאַר זײַן גבֿורה מיטן טיטל פֿון „יענעראַל אינזשענער‟.

„מתּנה לפּורים‟ איז אַ מערקװירדיקער היסטאָרישער דאָקומענט סײַ װאָס שײך זײַן שפּראַך סײַ װאָס שײך זײַן אינהאַלט. די שפּראַך קלינגט אַלט־דײַטשמעריש און האָט ניט קײן סלאַװיזמען. כּהן האַלט, אַז דאָס איז געװען אַ ליד, װאָס מען פֿלעגט פֿאָרזינגען אױף פּורים, אַ מין פּורים־שפּיל. דער עולם האָט געדאַרפֿט זײַן גוט באַהאַװנט אין מדרש כּדי צו קענען טרעפֿן און אָפּשאַצן די פֿילצאָליקע הומאָריסטישע רמזים אינעם טעקסט. אַ סבֿרא, האָט מען דאָס דאָזיקע ליד פֿאַרפֿאַסט און פֿאָרגעשפּילט ערגעץ אין מיטל־אײראָפּע אין אַן אַלטער קהילה, װאָס האָט געהאַט אײגענע טראַדיציעס װעגן פּורים.

כּדי צו באַשטעלן דאָס בוך, גיט אַ קוועטש דאָ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version