ווידעאָ: ייִדיש־לערער באַשרײַבן זייערע אינאָוואַטיווע לערן־מעטאָדןVIDEO: Yiddish instructors share their innovative teaching methods
די רעפֿעראַטן האָט מען געהאַלטן אויף דער ניו־יאָרקער ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין נאָוועמבער 2022
אויף דער צווייטאָגיקער ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין ניו־יאָרק דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער האָבן פֿיר געניטע ייִדיש־לערער דערקלערט די אינאָוואַציעס וואָס זיי האָבן אײַנגעפֿירט אין זייערע שפּראַכקלאַסן.
די קאָנפֿערענץ, „אין די הייכן: אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק“, איז דורכגעפֿירט געוואָרן צום 15טן יאָרצײַט פֿונעם ייִדיש־פֿאָרשער און ־לערער ד״ר מרדכי שעכטער אויף די קאַמפּוסן פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר דעם 20סטן־21סטן נאָוועמבער 2022.
דעם צווייטן טאָג פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט מען דורכגעפֿירט אַ סעסיע וועגן דער ייִדישער פּעדאַגאָגיק, אונטערן פֿאָרזיץ פֿונעם לינגוויסט יאַנקל־פּרץ בלום. אַלע דרײַ רעפֿעראַטן האָט מען דורכגעפֿירט אויף ייִדיש.
ברוכה לאַנג האָט גערעדט אויף דער טעמע „לערנען מיט ייִדיש צוויי: אַ קאָמוניקאַטיווער צוגאַנג“; רבֿקה מאַרגאָליס האָט רעפֿערירט וועגן „לערנען דורך פֿילם: טעאָריע און פּראַקטיק“ און אַסיאַ ווײַסמאַן שולמאַן האָט אַרומגערעדט „די פּעדאַגאָגיק־פּראָגראַמען פֿאַר ייִדיש־לערערס בײַם ייִדישן ביכער־צענטער“.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO