Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַן אַראַביש לערנבוך אויף ייִדיש פֿון יאָר 1909 A 1909 Arabic textbook in Yiddish

דער מחבר געצל זעליקאָוויטש האָט אויך אָנגעשריבן אַ בודהיסטישע זאַמלונג אויף לשון־קודש.

אויב איר ווילט זיך אויסלערנען אַ ביסל אַראַביש – לייענט געצל זעליקאָוויטשעס ייִדיש ביכל פֿון יאָר 1918: „אַראַביש־ייִדישער לערער‟.

דער זעלבער מחבר האָט אויך אָנגעשריבן אויף לשון־קודש אַ בוך וועגן בודהיזם: „ספֿר תּורת בודהאַ‟.

הײַיאָר איז דער 160סטער יוביליי זינט זעליקאָוויטשעס געבוירן ווערן, הגם אינעם „לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור‟ ווערט אין אַ הערה דערמאָנט אויך אַן אַנדער ווערסיע: אַז ער איז געבוירן געוואָרן נישט אין 1863, נאָר אין 1855.

דער מחבר געצל זעליקאָוויטש Courtesy of Yoel Matveyev

וועגן דעם אומגעוויינטלעכן לערנבוך פֿון אַראַביש בין איך נישט לאַנג צוריק געווויר געוואָרן, שמועסנדיק מיט דער שרײַבערין אָלגאַ פֿיקס, וואָס אַרבעט ווי אַן אַקושערקע אין ישׂראל, פֿאַרשטייט ייִדיש און שטודירט אַראַביש. אָפֿט מאָל טרעפֿט זי פּאַציענטן, וואָס רעדן אויף ביידע שפּראַכן: ייִדיש־רעדנדיקע חרדים און מוסולמענישע צי קריסטלעכע אַראַבער. זי האָט אָנגעשריבן אַ ריי פֿאַנטאַסטישע ביכער און צענדליקער דערציילונגען אויף רוסיש.

זעליקאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אינעם ליטווישן שטעטל ריטעווע (Rietavas). זײַן טאַטע איז געווען אַ „פּרוש‟, אַ נאָכפֿאָלגער פֿונעם ווילנער גאָון, און האָט געלערנט טאָג און נאַכט די גמרא. אין זײַנע יונגע יאָרן האָט דער צוקונפֿטיקער שרײַבער פֿלײַסיק געלערנט אין ישיבֿות און זיך געקליבן צו ווערן אַ רבֿ, נאָר צוליב דער מאַמעס השפּעה איז ער געוואָרן אַ וועלטלעך געבילדעטער משׂכּיל און אין 1897 זיך געלאָזט קיין פּאַריז, וווּ ער האָט שטודירט אַלט־מיצריש, עטיאָפּיש (געעז) און סאַנסקריט, ווי אויך אַ צאָל מאָדערנע לשונות, בתוכם ענגליש און אַראַביש. אין 1885 האָט ער זיך באַטייליקט ווי אַן ענגליש־אַראַבישער איבערזעצער אין אַ בריטישער מיליטערישער עקספּעדיציע אין עגיפּטן. מע האָט אים באַשולדיקט אין סימפּאַטיעס צו די אַפֿריקאַנער; האָט ער זיך אומגעקערט קיין פֿראַנקרײַך, שטודירט ווײַטער אין דער „סאָרבאָנע“ און געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער עגיפּטאָלאָג.

אין 1887 האָט זעליקאָוויטש זיך באַזעצט אין אַמעריקע און געווען אַ שטיקל צײַט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון עגיפּטאָלאָגיע אינעם פּענסילוועניער אוניווערסיטעט. צוליב געוויסע אינטריגעס האָט ער געמוזט פֿאַרלאָזן די שטעלע. דעמאָלט האָט ער באַשלאָסן צו ווערן אַ שרײַבער און אַ זשורנאַליסט. זײַן אַמעריקאַנער נאָמען איז געווען דזשאָרדזש.

שפּעטער האָט ער רעדאַקטירט אַ גאַנצע ריי ייִדישע צײַטונגען. לשם פּרנסה האָט ער געשריבן שונד־ראָמאַנען מיט שאַבלאָנישע, מעלאָדראַמאַטישע נעמען, ווי „מאַדאַם יצר־הרע‟ און „די ביטערע נקבֿה‟. ער האָט אָבער הויך געשאַצט די עכטע ליטעראַטור און אינעם סיכסוך צווישן שמ״ר און שלום־עליכמען, געשטיצט אונדזער קלאַסיקער. ניפֿטר געוואָרן איז ער אין 1926.

Photo by Yoel Matveyev Courtesy of Yoel Matveyev

זעליקאָוויטשעס „אַראַביש־ייִדישער לערער‟ איז אַרויס אין 1909. ס׳איז אַ קליין ביכל פֿון 32 זײַטלעך, וואָס באַשטייט פֿון 12 לימודים. עס זענען דערשינען עטלעכע אויפֿלאַגעס דערפֿון; זעט אויס, אַז דער קונטרס איז געווען פּאָפּולער. אָפֿיציעל שטייט דאָרט געשריבן, אַז ס׳איז אַ „וועגווײַזער פֿאַר די ייִדישע לעגיאָנערן אין ציון‟ –  דהײַנו, אַ לערנבוך, וואָס וואָלט געקאָנט העלפֿן די ציוניסטישע קאָלאָניסטן אין ארץ־ישׂראל זיך צונויפֿרעדן מיט די אָרטיקע אַראַבער. דער חיבור הייבט זיך טאַקע אָן מיט אַ ציוניסטיש ליד אויף אַ גוטן העברעיִש (לשון־קודש). למעשׂה, אַ פּנים, האָט דער מחבר פּשוט געוואָלט אויסדריקן פֿאַרן ברייטן עולם זײַן פּערזענלעכע ליבשאַפֿט און נײַגער צו מיזרחדיקע שפּראַכן און קולטורן, און דערבײַ עפּעס פֿאַרדינען.

גאַנץ אינטערעסאַנט איז זעליקאָוויטשעס צוגאַנג צו דער שפּראַך. ס׳איז וויכטיק דאָ צו דערקלערן עפּעס וועגן אַראַביש. אין די געוויינטלעכע לערנביכער ווערט געשילדערט די קלאַסישע שפּראַך, וועלכע שיידט זיך היפּש אונטער פֿון אַלע גערעדטע דיאַלעקטן. און די דיאַלעקסטן זענען אַליין גאַנץ ווײַט איינער פֿונעם צווייטן – אַזוי ווי שפּאַניש פֿון פֿראַנצויזיש. פֿון דעסט וועגן, ווערן אַלע פֿאָרמען פֿון אַראַביש טראַדיציאָנעל באַטראַכט ווי איין שפּראַך. דער עטאַלאָן פֿונעם קלאַסישן ליטעראַרישן אַראַביש איז, פֿאַרשטייט זיך, דער קאָראַן. דאָס אוראַלטע קאָראַנישע לשון קלינגט אָבער גאַנץ אַרכאַיִש אין פֿאַרגלײַך מיט דער כּלל־שפּראַך, וואָס ווערט הײַנט באַנוצט אין דער פּרעסע און אויף דער טעלעוויזיע. באַקומט זיך, אַז גענויער איז צו רעדן פֿון אַ גאַנצן ספּעקטער אַראַבישע שפּראַכן און דיאַלעקטן.

להיפּוך, פֿאָקוסירט זיך זעליקאָוויטש אויפֿן גערעדטן פּאַלעסטינער אַראַביש פֿונעם פֿריִיִקן 20סטן יאָרהונדערט. גאַנץ אויסטערליש, באַקענט ער די לייענער מיטן אַראַבישן אַלף־בית בלויז בײַם סוף. זײַן טאַבעלע באַשטייט בלויז פֿון באַזונדערע אותיות, וואָס טרעפֿן זיך קיין מאָל נישט אין אַ נאָרמאַלן אַראַבישן טעקסט; ס׳איז שווער אָדער בכלל אוממעגלעך אויפֿן סמך פֿון איין זײַטל אויסצולערנען דעם כּתבֿ.

אַנשטאָט צו שרײַבן אויפֿן טראַדיציאָנעל אופֿן, האָט זעליקאָווישט אויסגעאַרבעט אַן אייגנאַרטיקע סיסטעם, וואָס זעט אויס ווי אַ געמיש פֿון כּמו־ייִדישער פֿאָנעטישער אָרטאָגראַפֿיע און דער קלאַסישער ייִדיש־אַראַבישער טראַנסליטעראַציע (ווי, למשל, אין די אָריגינעלע אַראַבישע ספֿרים פֿונעם רמב״ם).

דער באַקאַנטער העברעיִשער שרײַבער מיכה־יוסף בערדיטשעווסקי האָט אַ מאָל פֿאָרגעלייגט זעליקאָוויטשן איבערצוזעצן אַ זאַמלונג מעשׂיות און געדאַנקען פֿונעם בודיסטישן קאַנאָן „טריפּיטאַקאַ‟, וואָס איז, אַגבֿ, אָנגעשריבן נישט אויף סאַנסקריט, נאָר אויף דער ענלעכער שפּעטערדיקער אינדישער שפּראַך פּאַלי. זעליקאָווישט האָט עס טאַקע דורכגעפֿירט; אין 1922 איז אין אַמעריקע אַרויס אויף אַ שיינעם לשון־קודש זײַן „ספֿר תּורת בודהאַ‟.

ביידע ווערק, דער „אַראַביש־ייִדישער לערער‟ און „תּורת בודהאַ‟ זענען זעלטענע בײַשפּילן פֿון „ייִדיש־אָריענטאַליזם‟. הגם די בודהיסטישע זאַמלונג איז אַ לשון־קודשדיקע, איז זעליקאָווישט געווען, ראשית־כּל, אַ ייִדישער שרײַבער, און זײַן ווערק האָט מען לעבעדיק באַהאַנדלט אין „טאַגעבלאַט‟ און אַנדערע ייִדישע צײַטונגען. צום זעלבן זשאַנער געהערן אויך אַהרן צייטלינס לידער אויף איסלאַמישע טעמעס און אַ. אַלמיס (אליהו־חיים שעפּסעס) ערנסטע פּרוּוון צו קאָמבינירן ייִדישקייט מיט בודהיזם.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.