דער פֿאָרווערטס לאַנצירט אַן אַלוועלטלעכן קאַלענדאַר פֿאַר חובֿבֿי־ייִדישThe Forverts launches a global events calendar for Yiddish fans
דער קאַלענדאַר נעמט אַרײַן אונטערנעמונגען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, סײַ ווירטועלע סײַ אויפֿן אָרט, סײַ אויף ענגליש סײַ אויף ייִדיש
זינט דער גרינדונג פֿון אונדזער בולעטין, „ייִדיש־בריוו“, האָבן מיר אין יעדן „נומער“ געמאָלדן די פּרטים פֿון עטלעכע קומעדיקע אונטערנעמונגען פֿאַרבונדן מיט ייִדיש — בפֿרט לעקציעס און קאָנצערטן.
צוליב דעם וואָס ס׳איז אָבער בלויז דאָ אָרט אַרײַנצושטעלן די פּרטים פֿון צוויי־דרײַ געשעענישן מיט אַ מאָל, איז עס פּשוט נישט געווען מעגלעך אויסצורעכענען אַלע אונטערנעמונגען וואָס פּאַסן פֿאַר אַ בולעטין וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
דערפֿאַר האָבן מיר איצט געשאַפֿן דעם „גלאָבאַלן ייִדיש־קאַלענדאַר“ — אַן אָרט וווּ איר קענט געפֿינען די פּרטים פֿון סײַ ווירטועלע געשעענישן, סײַ אונטערנעמונגען וואָס קומען פֿאָר אויפֿן אָרט; סײַ די וועלכע ווערן דורכגעגעפֿירט אויף ענגליש סײַ די אויף ייִדיש. דעם קאַלענדאַר קענט איר געפֿינען אויף דער פֿאָרווערטס־וועבזײַט, און מע וועט אויך אַרײַנשטעלן דעם לינק דערצו אין יעדן „ייִדיש־בריוו“.
איר קענט אויך צושטעלן דעם קאַלענדאַר צו דער רשימה פֿון אײַערע באַליבטסטע וועבזײַטלעך.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, נאָך דעם ווי מיר האָבן אַרויסגעשיקט אַ בליצבריוו וועגן דער איניציאַטיוו צו אַ צאָל ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס און ייִדיש־לערער, האָבן אַ סך פֿון זיי געענטפֿערט מיט באַגײַסטערונג וועגן דעם און בײַגעלייגט די פּרטים פֿון זייערע אייגענע קומעדיקע אונטערנעמונגען.
סוף־כּל־סוף וועט מען קענען „טרעפֿן“ די גאַנצע ייִדיש־וועלט אויף איין זײַט!
אויב איר אָדער אײַער גרופּע וויל מעלדן וועגן אַ געוויסן געשעעניש, זײַט אַזוי גוט שיקט אַ בליצבריוו דעם וויצע־רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרווערטס, זכריה גאָלדען, אויף דעם אַדרעס [email protected] אָדער שטעלט אויס דעם פֿאָרמולאַר.
כּדי צו באַקומען דעם „ייִדיש־בריוו“ יעדן זונטיק, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO