ווידעאָ: זכרונות פֿונעם ייִדיש־פֿאָרשער און לערער מרדכי שעכטערVIDEO: Memories of Yiddish linguist and teacher Dr. Mordkhe Schaechter
מע האָט זיך געטיילט די זכרונות אויף פֿון דער ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, נאָוועמבער 2022
צווישן די פֿאַרשידענע סעסיעס וואָס מע האָט דורכגעפֿירט אויף דער ניו־יאָרקער ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין נאָוועמבער 2022 איז געווען דאָס טיילן זיך מיט זכרונות וועגן דעם ייִדישן לינגוויסט, לעקסאָגראַף און לערער, מרדכי שעכטער. דער ציל פֿון דער אונטערנעמונג איז טאַקע געווען אָפּצומערקן מרדכי שעכטערס 15טן יאָרצײַט.
די ייִדיש־ליגע, וואָס האָט אָרגאַניזירט די אונטערנעמונג בשותּפֿות מיט קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעימינאַר, האָט אויך רעקאָרדירט ווידעאָס פֿון די סעסיעס, וואָס מע קען איצט זען אויף דער אינטערנעץ.
אין דעם ווײַטערדיקן ווידעאָ וועט איר הערן זכרונות פֿון שעכטערס מיטאַרבעטער, סטודענטן און פֿרײַנד: מרים אײַזיקס (אויף ענגליש); יודזשין אָרענשטיין (ייִדיש); דוד בראַון (ייִדיש); איציק גאָטעסמאַן (ייִדיש); הערשל גלעזער (ייִדיש); שבֿע צוקער (ייִדיש) און גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט (ייִדיש).
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO