ווידעאָ: ייִדיש־אַקטיוויזם און אַקאַדעמיע אין אַמעריקע נאָכן חורבןVIDEO: Yiddish activism and academia in the United States after the Holocaust
די דרײַ רעפֿעראַטן זענען געווען טייל פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין אָנדענק פֿון מרדכי שעכטער, נאָוועמבער 2022
לטובֿת די מענטשן וואָס האָבן נישט געקענט בײַזײַן אויף דער צווייטאָגיקער ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין מאַנהעטן דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער, איז לעצטנס אַרויס אַ סעריע ווידעאָס פֿון אַלע פּאַנעלן אויף דער אונטערנעמונג.
די קאָנפֿערענץ, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער ייִדיש־ליגע בשותּפֿות מיט קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעימינאַר, האָט אָפּגעמערקט דעם 15טן יאָרצײַט פֿונעם ייִדישן לינגוויסט און שפּראַכלערער ד״ר מרדכי שעכטער.
דער ווידעאָ אונטן איז דער ערשטער טייל פֿון דער סעריע, און נעמט אַרײַן סײַ באַגריסווערטער סײַ דרײַ לעקציעס. עס האָבן באַגריסט דעם עולם:
- גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, די פֿאָרזיצערין פֿון דער ייִדיש־ליגע
- שולי רובין שוואַרץ, קאַנצלערין, ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר
- אלישבֿע קאַרלעבאַך, מיטדירעקטאָרין, אינסטיטוט פֿאַר ישׂראל און ייִדישע לימודים, קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט
אויף דער טעמע, ייִדיש אַמעריקע נאָכן דריטן חורבן, געפֿירט אונטערן פֿאָרזיץ פֿון דוד־אליהו פֿישמאַן, האָבן רעפֿערירט:
- קלמן ווײַזער, מיט זײַן לעקציע „צווישן ניו־יאָרק און ירושלים: מאַקס ווײַנרײַך און ייִדיש אינעם אוניווערסיטעט“ (ענגליש)
- בנימין מאָס און שלום בערגער, „גלאַנץ־לעיעלעס׳ אַמעריקע און איך“ (ענגליש/ייִדיש)
- מרים אײַזיקס: „דער ייִדיש־אקטיוויזם אין ניו־יאָרק 1948: די סטאָנהיל־מוזיק־זאַמלונג“ (ייִדיש)
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO