Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

שמואל הירשענבערגס קונסט האָט געשילדערט די קומעדיקע קאַטאַסטראָפֿע יאָרן פֿאַרן נאַצי־חורבןShmuel Hirzenberg’s art portrayed the apocalypse years before the Holocaust

אַ נײַ בוך אַנאַליזירט דעם סטיל און לעבנסגאַנג פֿונעם פֿילפֿאַרביקן קינסטלער.

ווען איך האָב דאָס ערשטע מאָל באַזוכט דאָס „אומאָפּהענגיקייט-הויז“ אויף שׂדרות ראָטשילד אין תּל-אָבֿיבֿ, וווּ אַלץ האָט מען געלאָזט פּונקט אַזוי ווי ס’איז געווען בשעת מען האָט דעקלאַרירט די גרינדונג פֿון מדינת-ישׂראל, האָט איין בילד אין זאַל אויף מיר אַזש אָנגעוואַרפֿט אַן אימה:. „דער וואַנדערנדיקער ייִד“, וואָס שילדערט אַן אַלטן נאַקעטן ייִד וואָס אַנטלויפֿט צווישן צלמים און קערפּערס.

שמואל הירשענבערג, „דער וואַנדערנדיקער ייִד“ (1899) Photo by Wikimedia Commons

דאָס בילד, געמאָלט פֿון שמואל הירשענבערג אין יאָר 1899, זעט אויס ווי אַ סצענע פֿון טויט און אומקום, וואָס דערמאָנט אונדז קודם־כּל אינעם חורבן. אויף דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע לכּבֿוד דער גרינדונג פֿון דער מדינה, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אָט דעם הויז אין 1948, ה’ באייר תש”ח, האָט קיינער נישט געקאָנט איגנאָרירן די צוויי בילדער וואָס זענען געהאָנגען אינעם זאַל: פֿון איין זײַט הירשענבערגס „דער וואַנדערנדיקער ייִד“, און פֿון דער צווייטער זײַט – דוד בן-גוריון און די נײַע ישׂראלדיקע ממשלה. מיט איין בליק — חורבן און תּקומה.

אַפֿילו פֿאַרן חורבן האָט הירשענבערגס בילד סימבאָליזירט דעם גרוילנדיקן גלות: אָט אַזוי זעט אויס דער ייִד אין זײַן שווערסטער שעה. מסתּמא דערפֿאַר האָט מען דאָס בילד געשטעלט אינעם הויפּט זאַל פֿון מוזיי, ווי אַ וואָרענונג-צייכן – למען-ידעו.

צוליב דעם געמעל, „וואַנדערנדיקער ייִד“ און אַנדערע געמעלן איז הירשענבערג באַרימט געוואָרן ווי „דער מאָלער פֿון געטאָ“ (דער טערמין „געטאָ“ איז דעמאָלט געווען זייער פֿאַרשפּרייט, און אין האַרקאַוויס ווערטערבוך פֿון 1928, למשל, ווערט עס איבערגעצזט ווי the Jewish quarter). „הירשענבערג האָט כּל-ימיו באַהאַנדלט ייִדישע טעמעס – זינט זײַנע ערשטע טעג אין קראָקע, ווען ייִדישע טיפּן און ערטער דערשײַנען אין זײַנע סקיצע-העפֿטן,“ שרײַבן ריטשאַרד כּהן און מרים רײַנער אינעם בוך Samuel Hirszenberg: 1865-1908, A Polish Jewish Artist in Turmoilאַ נײַע מאָנאַגראַפֿיע, מלא־חן און מלא־חכמה און בילדער, וועגן אַ גרויסן מאָלער, וואָס ווערט דאָ אַנטבלויזט ווי אַ פֿילפֿאַרביקער קינסטלער. זײַן ביאָגראַפֿיע ווערט דערציילט אויף דעם הינטערגרונט פֿון די שטורמישע צײַטן אין וועלכע ער האָט געלעבט ,און די פֿאַרשיידענע ערטער וווּ ער האָט געוווינט און געשאַפֿט. דער אמת איז, הירשענבערג איז אַליין געווען אַ וואַנדערנדיקער ייִד.

מאוריצי (משה) גאָטליב,
„ייִדן דאווענען אום יום-כּיפּור“
(1878) Photo by Wikimedia Commons

שמואל הירשענבערג איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1865 אין לאָדזש, בײַ אַן אָרעמער משפּחה. צוליב זײַן זעלטענעם טאַלאַנט צום מאָלן האָט ער באַקומען אַ סטעפּענדיע און אָנגעהויבן שטודירן אין דער „קראָקעווער אַקאַדעמיע פֿון שיינער קונסט“ אין 1881, ווען ער איז נאָר געווען 17 יאָר אַלט. הירשענבערג איז נישט געווען דער ערשטער ייִד אין דער הויכער שול. דרײַ יאָר פֿריִער איז ניפֿטר געוואָרן מאוריצי (משה) גאָטליב, אַ געוועזענער סטודענט אין דער קונסטשול. ער איז קוים געווען 23 יאָר אַלט, אָבער שוין געהאַט אַ שם פֿון אַ גרויסן מאָלער – בפֿרט צוליב זײַן בילד „ייִדן דאווענען אום יום-כּיפּור“.

הירשענבערג האָט נישט געקאָנט אויסמײַדן די השפּעה פֿון גאָטליב און יאַן מאַטייקאָ, וועלכער איז געווען זײַן לערער. מאַטייקאָ איז דעמאָלט באַצייכנט געוואָרן ווי „דער נאַציאָנאַלער פּוילישער מאָלער“. גאָטליב איז אין גיכן באַקאַנט געוואָרן ווי אַ נאַציאָנאַלער ייִדישער מאָלער – אין סאַמע ברען פֿון די ראָמאַנטישע יאָרן פֿון ביידע נאַציאָנאַלע באַוועגונגען.

דאָס נײַע הירשענבערג-בוך איז בכן אַ נאַטירלעכער המשך צו עזרא מענדעלסאָנס מאָנאָגראַפֿיע וועגן מאוריצי גאָטליב, וואָס איז אַרויס אין ענגליש און העברעיִש אין 2002 און 2006 (און עס איז אויך כּדאי צו דערמאָנען דאָ יוסף סאַנדעלס בוך „ייִדישע מאָטיוון אין דער פּוילישער קונסט“, וואָס איז אַרויס אויף ייִדיש אין וואַרשע, 1954).

שוין אין די ערשטע סקיצעס הירשענבערגס (וואָס מע זעט אין כּהנס און רײַנערס בוך) זײַנען גאָר בולט די ייִדישע טעמעס: מענטשן, מצבֿות און קאָפּיעס פֿון באַרימטע „ייִדישע“ געמעלן, ווי די „ייִדישע כּלה פֿון טאַנדזשיר“ פֿון זשאַן-פֿראַנסואַ פּאָרטאַל. אָבער פֿון סאַמע אָנהייב אַנטפּלעקט ער זיך ווי אַן אָריגינעלער קינסטלער, וואָס רײַסט זיך אַ באַזונדער וועג פֿאַר זיך. אין זײַן מאָלערײַ „ישיבֿה“, פֿון יאָר 1887, זעט מען פֿינף מענער: איינער פֿון זיי איז פֿאַרטיפֿט אין דער גמרא, אָנגעשפּאַרט אויף דער האַנט – ווי אַ רמז אויף מאוריצי גאָטליבס „ייִדן דאווענען אום יום-כּיפּור“. אָבער די הויפּט געשטאַלט אין בילד זיצט גלײַך און זעט אויס גאָר אַנדערש: דאָ באַווײַזט זיך דווקא דער יחיד , אפֿשר דער קינסטלער אַליין.

שמואל הירשענבערג, „די ישיבֿה“ (1887) Photo by Wikimedia Commons

פֿון קראָקע איז הירשענבערג אַריבער קיין מינכען, און פֿון דאָרטן קיין פּאַריז. אין יעדן אָרט האָט ער געשעפּט אינספּיראַציע, און אין בוך זעט מען טאַקע אויך אַ סך „ניש־ייִדישע“ בילדער, וואָס זײַנען גאָר וויכטיק אין זײַן קונסט. אין פּאַריז, וווּ ס׳האָט דעמאָלט געהערשט דער אימפּרעסיאָניזם, האָט ער געמאָלט אַ פֿרוי אין גאַס ווי ער וואָלט געווען רענואַר, און אַ צווייט בילד,  אַ לאַנדשאַפֿט, דערמאָנט דווקא מאַנע אָדער סעזאַן. אויך ווען ער איז צוריקגעקומען אין זײַן היימשטאָט לאָדזש, האָט ער אַהין געבראַכט דעם אַרטיסטישן „צײַטגײַסט“. די נײַע מאָדעס און מאָטיוון — וועלטלעכע סימבאָלן פֿון דער נאַטור און פֿון דער אייראָפּעיִשער מיטאָלאָגיע — זעט מען באַשײַמפּערלעך אין זײַנע פֿרעסקאָס אינעם פּאַלאַץ פֿונעם ייִדישן „מלך“ פֿון די לאָדזשער פֿאַבריקאַנטן, ישׂראל פּאָזנאַנסקי.

אין דעם אייראָפּעיִשן קאָנטעקסט, איז גאָר אינטערערסאַנט צו זען הירשענבערגס ייִדישע בילדער: למשל, „שבתדיקע רו“ פֿון יאָר 1890. די מחברים פֿון בוך שרײַבן אַז די טעמע איז שוין באַהאַנדלט געוואָרן פֿריִער דורך דעם דײַטשיש-ייִדישן מאָלער מאָריץ אָפּענהײַם; אָבער אין הירשענבערגס בילד איז „נישטאָ קיין זכר פֿון דער וואַרעמקייט און דער היימישער שטימונג פֿון אָפּענהײַמס שבת, און עס איז גאָר נישט קיין בורזשואַ בילד“ , שרײַבן די מחברים. דאָ זעט מען אַן אָרעמע ייִדיש-פּוילישע משפּחה אין אַ בלאַסן צימער; אַ יונגער בחור זיצט און לייענט עפּעס אַ בריוו; אַ שוואַכע מיידל ליגט דערבײַ און נאָך אַ פֿרוי שטייט לעבן פֿענצטער, ווי אויף דער גרענעץ צווישן דער ייִדישער היים און דער פֿרעמדער גוייִשער גאַס.

אַזוי אַרום קאָן מען זען דעם „וואַנדערנדיקן ייִד“ נישט נאָר ווי אַן עמבלעמאַטישע ייִדישע טעמע, נאָר דווקא „ווי אַ פּראָדוקט פֿונעם  סוף 19טן יאָרהונדערט, אַ שטאַרקער אויסדרוק פֿון דער אַלגעמיינער קולטורעלער שטימונג אין אייראָפּע, פֿול מיט שרעק און דעקאַדענץ, אַ מין ייאוש פֿאַר דעם קומענדיקן אומקום, און אַפֿילו אַפּאָקאַליפּטישע נבֿואות“. דורך הירשענבערגס איידעלן פּענדזל ווערט דאָ אַ ייִדישער מאָטיוו אַן אוניווערסאַלער סימבאָל.

הירשענבערג איז בכן גאָר נישט קיין פֿאָלקלאָרישער מאָלער. אין זײַנע ייִדישע צייכענונגען איז תּמיד פֿאַראַן אַן אינערלעכע שפּאַנונג, און דווקא אין דעם באַצייכנט זיך זײַן גדולה און דערצו – זײַן טיפֿע ייִדישע געטרײַשאַפֿט. אַמאָל ליגט אין דער שפּאַנונג אויך אַ קריטיק. אין איינעם פֿון זײַנע שטאַרקסטע בילדער זעט מען אַ מאַמע מיט אירע צוויי טעכטער. די דרײַ זײַנען ווי פֿאַרשפּאַרט הינטער קראַטעס און זעען אויס אומעטיק און דערשראָקן: איז דאָס אַ טורמע? ניין, דאָס איז דער עזרת-נשים אין שול, און הירשענבערג דער עקספּרעסיאָניסט דריקט דאָ אויס די דערדריקנדיקע לאַגע פֿון דער ייִדישער פֿרוי: אשה עבריה מי ידע חייך / בחשך באת ובחשך תלכי (אַ ייִדישע פֿרוי, דײַן לעבן ווער פֿאַרשטייט? / געבוירן אין חושך, און אין חושך דײַן לעבן פֿאַרגייט).

פֿון אינעווייניק, פֿון די ייִדישע געדערם, פֿאַרצייכנט הירשענבערג זײַן קריטיק אויף די כּלערליי געזעלשאַפֿטלעכע ייִדישע קראַנקייטן. אין דעם איז ער ענלעך צו זײַן חבֿר, דער ייִדישער שרײַבער שלום אַש – וואָס ווערט דאָ רעפּרעזענטירט אין הירענבערגס בילד „פּאָרטרעט פֿון אַ ייִדישן שרײַבער“ פֿון יאָר 1902־1903. אין אַ שפּעטערדיקן בילד פֿון 1907 זעט מען ווי פֿיר ייִדן מיט בערד און קאַפּאָטעס ליגן אין פֿעלד, אונטער אַ בוים און קוקן אַראָפּ אין אַ קאַלוזשע. דער טיטל פֿון בילד זאָגט אונדז אַז אַהער איז מען געקומען צו תּשליך; אָבער די פֿיר מענער האַלטן נישט קיין מחזור. זיי זעען אויס ווי פֿאַרטיפֿט אין שווערע געדאַנקען. איז דאָס די קאַלוזשע פֿונעם ייִדישן קיום? טראַכטן זיי מעלאַנכאָלישע מחשבֿות וועגן דעם? און אפֿשר זײַנען זיי אַ מין נאַרציס וואָס קוקט אַרײַן אין זײַן אָפּשפּיגלונג, ווי אין קאַראַוואַזשאָס באַרימטע בילד?

הירשענעבערג האָט „אַנטפּלעקט דאָס ליכט“ ווען ער איז געקומען קיין ארץ-ישׂראל אין יאָר 1907. דאָרטן איז ער געוואָרן אַ לערער אין דער קונסטשול „בצלאל“ און איינער פֿון די ערשטע מאָלערס וואָס האָבן געפֿונען נײַע פֿאַרבן פֿאַר די אָריענטאַלע פּייסאַזשן. צום באַדויערן איז ער ניפֿטר געוואָרן נאָר איין יאָר נאָך זײַן עליה; איז ער טאַקע באַרימט געוואָרן דווקא אַ דאַנק זײַנע פּרעכטיקע גלותדיקע מאָלערײַען.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version