ייִדישע אוצרות געפֿונען געוואָרן אין ווילנער מיסטגריבערJewish treasures found in trash dumps of Vilnius
ניצנדיק אַ מעטאַל־דעטעקטאָר האָט מען אַנטדעקט אַ דרוק־מאַטריצע וואָס מע האָט באַנוצט אין באָריס קלעצקינס פֿאַרלאַג.
ניט לאַנג צוריק האָט מען אויף אַ רוסיש־שפּראַכיקן אינטערנעץ־פֿאָרום באַטראַכט אַן אינטערעסאַנט געפֿינס. אין דעם פֿאָרום פֿאַרזאַמלען זיך אַ סך מענטשן, וואָס גראָבן אויס אויף אַן אומאָפֿיציעלן אופֿן פֿאַרשיידענע אוצרות מיט דער הילף פֿון אַ מעטאַל־דעטעקטאָר.
מיר האָט זיך אײַנגעגעבן צו באַשטעטיקן, אַז דאָס איז אַ ייִדישער פֿראַגמענט פֿון בלײַענע דרוק־שורות, וואָס מע האָט באַנוצט אינעם ווילנער פֿאַרלאַג פֿון באָריס קלעצקין אין די 1930ער יאָרן.
מײַנער אַ באַקאַנטער, אַ לאַנג־יאָריקער מיטגליד פֿונעם דאָזיקן פֿאָרום, וואָס קען אַ ביסל ייִדיש און וויל נישט מפֿרסם זײַן זײַן נאָמען, האָט ריכטיק באַשטעטיקט, אַז דער טעקטס אויפֿן אַנטדעקטן פֿראַגמענט געהערט צו יצחק־לייבוש פּרצן. ער געפֿינט זיך אין פּרצעס עסיי־זאַמלונג „ליטעראַטור און לעבן‟. כ׳האָב אַרײַנגעקוקט אין יענעם בוך און באַמערקט אַן אַנדער פּרט: הגם דער מחבר פֿונעם עסיי איז טאַקע פּרץ, ווערט אויפֿן בלײַענעם שטיקל ציטירט אַ ליד פֿון אליקום צונזער:
אויף קאָמערציע איז דאָרט אַ פּאָרט,
דער בעסטער האַנדלס־אָרט,
איר געפֿינט גאָרנישט איר גלײַכן אין דער וועלט!
דער מיטל־מעער איז פֿרײַ,
דער זועץ איז דערבײַ,
איר קאָנט דאָרטן פֿאַרדינען אוצרות געלט!
פּערסיען, סיריען האָט איר בײַם האַנט,
עגיפּטן, אינדיע, גריכנלאַנד,
ירדן און פּרת אַרום דיר פֿליסט…
און דו, ביסט אַנטוויקלט, אַ וועלט־קאָמערציסט?
„מיטל־מעער‟ איז דער טײַטש דער מיטל־לענדישער ים. דאָס ליד איז אָנגעשריבן אויף אַ בולטן ליטווישן דיאַלעקט, אין אַ נאַיִוון סטיל, וואָס קלינגט הײַנט אפֿשר ווי גראַפֿאָמאַניע, און מיט אַ סך אַלטמאָדישע דײַטשמעריזמען. פּרץ אַליין וואָלט אַזאַ ליד נישט אָנגעשריבן. פֿאַרקערט, פּרץ קריטיקירט דאָרט צונזערן, וואָס „זיצט אויך אין אַמעריקע און שלעפּט צו זיך קיין ארץ־ישׂראל מיט ווערטלעך‟. פּרץ פֿאַרגלײַכט אים מיט שמעון פֿרוגן, וועלכער האָט אויך געשריבן נאַיִווע פּראָטאָ־ציוניסטישע לידער.
אַן אַנדער אַנטדעקטער פֿראַגמענט איז אָבער יאָ פֿון פּרצן, פֿון זײַן פּאָעמע „מאָניש‟:
אין קעניגרײַך פּױלן
האַרט בײַ דער גרענעץ,
שטײט זיך אַ שטעטל
גרױס, װי אַ גענעץ.
אין די בלײַענע שורות זעען מיר שוין די ייִוואָ־אָרטאָגראַפֿיע פֿון די סוף־1920ער אָדער 1930ער און די טיפּישע שיינע שריפֿט פֿונעם באַרימטן קלעצקין־פֿאַרלאַג. באָריס קלעצקין (1875 – 1937), אַ געבוירענער אין רײַסן, איז געווען אַ גרויסער ווילנער ייִדיש־אַקטיוויסט און פֿאַרלעגער, אַ שטיצער און מיטגרינדער פֿון ייִוואָ. ער האָט אויך געהאָלפֿן קויפֿן דעם שטח ערד פֿאַרן אָריגינעלן בנין פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע. זײַן פֿאַרלאַג איז געווען, מעגלעך, דער ערשטער, וואָס האָט אָנגעהויבן שטרענג פֿאָלגן דעם אויסלייג־סטאַנדאַרט.
צום באַדויערן, האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן צו באַשטעטיקן די גענויע אויסגאַבעס. איך האָב זיך פֿאַרבונדן מיטן אַנטדעקער. ער וווינט טאַקע אין ווילנע און הייסט סערגיי. אויפֿן דערמאָנטן פֿאָרום שרײַבט ער אונטערן צונעמעניש Pilkis. וועראַ קנאָרינג, אַ באַקאַנטע פּעטערבורגער ייִדיש־פֿאָרשערין, וואָס האָט שטודירט די געשיכטע פֿון קלעצקינס פֿאַרלאַג, האָט געזאָגט אַז די דרוקערײַ איז אַמאָל געשטאַנען אויף דער מאַלאַיאַ סטעפֿאַנסקאַיאַ, הויז 23, אין מיטן אַ באַקאַנטער ייִדישער געגנט, וווּ די נאַציס האָבן אין 1943 געשאַפֿן אַן אַרבעט־לאַגער.
סערגיי האָט באַשטעטיקט, אַז דאָס שטימט מיטן אָרט, וווּ ער האָט אויסגעגראָבן זײַן געפֿינס. קיין פּרטים האָט ער נישט געוואָלט געבן. דער פֿאָרום איז געווידמעט דער געשיכטע פֿון פֿאַרשיידענע מלחמות. אַ סך מענטשן, וואָס פֿאַרזאַמלען זיך דאָרט, פֿאַרנעמען זיך מיט אַ ספּעציפֿישן מין „שוואַרצע אַרכעאָלאָגיע‟: פּערזענלעכע אויסגראָבונגען פֿון פֿאַרשיידענע חפֿצים, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער צווייטער וועלט־מלחמה – פֿון געווער און אַמוניציע ביז ייִדישע אוצרות פֿון דער חורבן־תּקופֿה.
צי אַזאַ עסק איז געזעצלעך, צי נישט, ווילן זיי קיין פּרטים וועגן זיך און די גענויע מקומות פֿון זייערע געפֿינסן נישט אַנטפּלעקן. לעבן דעם פּעטערבורגער ראַיאָן, וווּ איך וווין, זענען במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה פֿאָרגעקומען שווערע שלאַכטן צווישן דער סאָוועטישער און דײַטשער אַרמיי. אין די דערבײַיִקע וועלדער האָב איך עטלעכע מאָל געטראָפֿן אַלטע פֿאַרזשאַווערטע מינעס און נישט איין מאָל געזען מענטשן מיט לאָפּעטעס און עלעקטראָנישע מכשירים. בײַ געוויסע יחידים איז דאָס אַן ערנסטע פּרנסה.
וואָס שייך קלעצקינס פֿאַרלאַג, באַקומט זיך אַן אינטערעסאַנטע רעטעניש. קנאָרינג האָט מסכּים געווען מיט מײַן אויספֿיר, אַז די טעקסט־פֿראַגמענטן זענען פֿון קלעצקינס טיפּאָגראַפֿיע. פּרצעס בוך „ליטעראַטור און לעבן‟ האָט מען דאָרט איבערגעדרוקט אין 1939. לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז די שפּעטיקע טיפּאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן האָט מען אפֿשר אַרויסגעוואָרפֿן סײַ נאָך דער סאָוועטישער אָקופּאַציע פֿון ווילנע אין 1940, ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט נאַציאָנאַליזירט אַלע פֿאַרלאַגן, סײַ שפּעטער (מער וואַרשײַנלעך) — בעת דעם נאַצי־חורבן.
וויקטאָריאַ יאַגניאַטינסקאַיאַ־יוסע, די דירעקטאָרין פֿונעם ווילנער ייִדיש־צענטער און דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן אָפּטייל פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, האָט אָבער דערקלערט, אַז אין די סוף־1930ער יאָר האָט קלעצקינס פֿאַרלאַג באַנקראָטירט און איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן. קלעצקין אַליין איז אַוועק אין 1937. הגם די נײַע בעלי־בתּים האָבן איבערגעלאָזט זײַן נאָמען און דאָס וואָרט „ווילנע‟ אין זייערע אויסגאַבעס, האָבן זיי געדרוקט ביכער אין וואַרשע. אויב אַזוי, קען דאָס נישט זײַן די אויסגאַבע פֿון 1939.
דער אַנטדעקער האָט מיר געוויזן אַ טייל פֿון זײַנע אַנדערע געפֿינסן: בלײַענע דריידלעך, אַ שטעמפּל פֿון דער ווילנער געזעלשאַפֿט „הילף דורך אַרבעט‟, אַ קלישע־פּאָרטרעט פֿון עפּעס אַ פּערזענלעכקייט, וואָס דערווײַל האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן צו אינדענטיפֿיצירן, און אַ מעטאַלענע פּלאַטע מיט די ווערטער La Tasse („די קוואָרט‟ אויף פֿראַנצויזיש). ווײַזט אויס, ס׳איז געווען אַ ספּעציעלער שטעמפּל פֿאַר בלעכענע צדקה־פּושקעס.
פֿאַרשטייט זיך, קאָן מען מיט אַ מעטאַל־דעטעקטאָר געפֿינען בלויז מעטאַלענע חפֿצים. ווער ווייסט וויפֿל אַנדערע ייִדישע אַנטיקן ליגן באַגראָבן ממש אין די מיסטגריבער פֿון ווילנע?
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO