ייִדיש — אַ פּױלישע שפּראַך?Yiddish — a Polish language?
טייל פּױלישע לינגװיסטן טענהן, אַז במשך פֿון איר געשיכטע האָט ייִדיש זיך אויסגעפֿורעמט אונטער אַ שטאַרקער השפּעה פֿון פּױליש.
די װיסשאַפֿטלעכע װיכּוחים אַרום דעם אָפּשטאַם פֿון ייִדיש האָבן אַ לאַנגע און אינטערעסאַנטע געשיכטע. איז ייִדיש אַ מין דײַטשישער „זשאַרגאָן‟, װי עס האָבן געהאַלטן משׂכּילים? אָדער איז דאָס אַן עכטע סאַמאָראָדנע שפּראַך מיט אַ טױזנט־יאָריקער געשיכטע, װי עס האַלטן אַ צאָל ייִדישיסטן מיט מאַקס װײַנרײַך בראָש? צי איז ייִדיש בטבֿע אַ סלאַװישע שפּראַך מיט אַ דײַטשמערישן װאָקאַבולאַר, לױט דער טעאָריע פֿון פּאָל װעקסלער? דאָס נײַע זאַמלבוך „ייִדיש װי אַ געמישטע שפּראַך׃ ייִדיש־סלאַװישער שפּראַך־קאָנטאַקט און זײַנע לינגװיסטישע פּועל־יוצאס‟ אונטער דער רעדאַקציע פֿון פּױלישע לינגװיסטן עװאַ געלער, מיכאַל גאַיעק און אַגאַטאַ רײבאַך מאַכט אַ װיכטיקן נײַעם בײַטראָג אין די דאָזיקע װיכּוחים.
די קאַפּיטלען אינעם דאָזיקן זאַמלבוך באַהאַנדלען פֿאַרשײדענע אַספּעקטן פֿון שפּראַכלעכע קאָנטאַקטן צװישן ייִדיש און סלאַװישע שפּראַכן אין מיזרח־אײראָפּע. מען הײבט אָן פֿון אַ פּרטימדיקן קריטישן איבערזיכט פֿון פֿאַרשײדענע טעאָריעס און קומט צו אַן אױספֿיר, אַז װײַנרײַכס השׂגה פֿון ייִדיש װי אַ „שמעלצשפּראַך‟ נײטיקט זיך אין אַ רעװיזיע. װײַנרײַך האָט געהאַלטן, אַז ייִדיש איז אױפֿגעקומען אינעם געביט אַרום דעם טײַך רײַן, הײַנט צװישן מערבֿ־דײַטשלאַנד און צפֿון־מיזרח פֿראַנקרײַך, און דערנאָך האָט זי זיך צעשפּאָלטן אין צװײ בראַנזשעס, דעם מערבֿ־ייִדיש און דעם מיזרח־ייִדיש.
הײַנטיקע שפּראַך־היסטאָריקער האַלטן, אַז דער געבורט־אָרט פֿון ייִדיש אין געװען צװישן דרום־דײַטשלאַנד און בעמען, אַרום דעם טײַך דונײַ. װײַטער האַלט מען, אַז מערבֿ-ייִדיש און מיזרח-ייִדיש האָבן אַ קנאַפּע קרובֿהשאַפֿט אײנס מיטן צװײטן. אײניקע פֿאָרשער טענהן, אַז מיזרח־ייִדיש האָט זיך אַנטװיקלט אױפֿן סמך פֿונעם אַזױ־גערופֿענעם לשון־כּנען, דער סלאַװישער שפּראַך, װאָס ייִדן האָבן גערעדט אין בעמישע (טשעכישע) לענדער ביזן 14טן יאָרהונדערט בערך. די רעשטן פֿון דער דאָזיקער שפּראַך געפֿינט מען אין די רבנישע שאלות־און־תּשובֿות. שפּעטער איז דער דאָזיקער לשון געװאָרן גערמאַניזירט דורך דער דײַטשישער קאָלאָניזאַציע, װאָס האָט געבראַכט דײַטשן און דײַטשישע ייִדן. פֿון בעמען און שלעזיען האָבן זיך ייִדן אַריבערגעצױגן קײן פּױלן. עװאַ געלער און אירע קאָלעגען טענהן, אַז ייִדיש איז אַ פּראָדוקט פֿון אינטענסיװע לינגװיסטישע קאָנטאַקטן צװישן ייִדן און זײערע סלאַװישע און דײַטשישע שכנים אין פּױלישע שטעט.
געלער האַלט, אַז װײַנרײַכס טעאָריע פֿון ייִדיש װי אַן אײגנאַרטיקע שמעלצשפּראַך פֿון פֿיר קאָמפּאָנענטן, דעם לשון־קודשדיקן, דעם ראָמאַנישן, דעם דײַטשישן און דעם סלאַװישן, שפּיגלט אָפּ זײַן אידעאָלאָגישן װעלטבאַנעם, װאָס איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון די היסטאָרישע אומשטאַנדן פֿון זײַן תּקופֿה. דהײנו, װײַנרײַך איז געװען נוטה צו פֿאַרמינערן דעם חשיבֿות פֿון קאָנטאַקטן צװישן ייִדן און זײערע דײַטשישע און סלאַװישע שכנים און אַנשטאָט דעם צו באַטאָנען דעם ייִחוס פֿון אַשכּנזישע ייִדן פֿון רש״י און בעלי–התּוספֿות אין צפֿון פֿראַנקרײַך.
בײַ דער דאָזיקער דעה האָט זיך דעמאָלט געהאַלטן אױך װײַנרײַכס אַ חבֿר, דער באַרימטער לינגװיסט ראָמאַן יאַקאָבסאָן. עס לײגט זיך אױפֿן שׂכל, אַז דװקא אין די 1940-ער יאָרן האָבן די ייִדישע פּליטים פֿון מיזרח־אײראָפּע ניט געהאַט קײן חשק אָפּצושאַצן פּאָזיטיװ די דײַטשישע השפּעה. בײַ װײַנרײַך איז ייִדיש געװען דער יסוד פֿון דער װעלטלעכער ייִדישער אידענטיטעט, און דערפֿאַר איז עס אים געװען װיכטיק צו באַטאָנען דעם רײן־ייִדישן מהות פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
די דאָזיקע קריטיק פֿון װײַנרײַכס פּניות איז באַרעכטיקט, אָבער עס דאַכט זיך, אַז געלערס קוק אױף ייִדיש איז אױך אידעאָלאָגיש באַפֿאַרבט. װען זי רעדט װעגן סלאַװיש־ייִדישע שפּראַכלעכע קאָנטאַקטן, האָט זי אין זינען רק די פּױלישע שפּראַך. דערבײַ זעען װײַט ניט אַלע בײַשפּילן אױס איבערצײַגעװדיק. למשל, װען מען ציטירט די באַקאַנטע שורה פֿון מאָריס ראָזענפֿעלדס ליד „מײַן רוע־פּלאַץ‟׃ „ניט זוך מיך װוּ די מירטן גרינען‟, האַלט מען, אַז די סינטאַקסישע אינװערסיע „ניט זוך‟ איז אַ סימן פֿון דער פּױלישער השפּעה פֿון פּױליש. אָבער מען קען זאָגן פֿאַרקערט, אַז, ערשטנס, קלינגט דאָס געקינצלט אױף ייִדיש (גראַמאַטיש קאָרעקט װאָלט געװען „זוך מיך ניט װוּ די מירטן גרינען‟), און צװײטנס, אַז אַזאַ מין אינװערסיע איז כאַראַקטעריש פֿאַר רוסיש פּונקט אַזױ װי פּױליש און טרעפֿט זיך גאַנץ אָפֿט אין דער רוסישער דיכטונג. אַזױ אַרום גײט דאָ װעגן אַ יוצא-דופֿן און ניט װעגן אַ כּלל.
היסטאָריש איז פּױליש װײַט ניט געװען די אײנציקע שפּראַך אױף די שטחים פֿון דער אַמאָליקער פּױליש־ליטװישער מלוכה, בפֿרט אין די מיזרחדיקע געגנטן פֿון הײַנטיקער אוקראַיִנע און װײַסרוסלאַנד. אינעם גרױס־פֿירשטנטום ליטע איז די מלוכישע שפּראַך געװען מערבֿ־רוסיש אָדער רוטעניש, דער שטאַמפֿאָטער פֿונעם הײַנטיקן װײַסרוסיש. אָבער די השפּעות פֿון יענע שפּראַכן װערן ניט באַהאַנדלט אינעם בוך. עס איז אַװדאי ריכטיק, אַז די ייִדישע שפּראַך האָט פֿאַרמאָגט אַ סך לעקסישע, מאָרפֿאָלאָגישע און סינטאַקסישע פּאַראַלעלן מיט סלאַװישע שפּראַכן, װאָס זי האָט אָנגעזאַמלט במשך פֿון יאָרהונדערטער יאָרן פֿון ייִדישן לעבן אין מיזרח־אײראָפּע. אָבער זײער אַנאַליז דאַרף אױך נעמען אין באַטראַכט סטיליסטישע ניואַנסן און לאָקאַלע ספּעציפֿיק, בפֿרט װען מען ניצט בײַשפּילן פֿון דער ליטעראַטור.
צומאָל האָבן זיך ייִדישע שרײַבער בכּיװן געשפּילט מיט אַזעלכע ניואַנסן, כּדי צו שאַפֿן קינסטלערישע עפֿעקטן. װען דוד בערגעלסאָן האָט געשריבן, אַז די באַן איז „אונטערגעקומען‟ צו דער סטאַנציע, האָט מען אים קריטיקירט פֿאַר באַניצן אַ קאַלקע פֿון רוסיש. „ריכטיק‟ װאָלט מען געדאַרפֿט זאָגן „אָנגעקומען‟ אָדער „צוגעקומען‟ (געלער האַלט, אַגבֿ, אַז אַזאַ באַטײַט פֿונעם װערב „אונטערקומען‟ קומט דװקא פֿון פּױליש). אָבער די קריטיק האָט דאָ פֿאַרפֿעלט אַ װיכטיקן סטיליסטישן עפֿעקט, װאָס מען רופֿט „אָפּפֿרעמדונג‟. בערגעלסאָן האָט געשילדערט דעם אוקראַיִנישן שטעטלדיקן מיטלשטאַנד, װאָס האָט זיך געסטאַרעט צו רעדן רוסיש, דערפֿאַר האָט ער בכּיװן „רוסיפֿיצירט‟ זײַן שפּראַך.
גאָר אינטערעסאַנט איז אױך די פֿאַרקערטע השפּעה פֿון ייִדיש אױף פּױליש, כאָטש דער עפֿעקט איז דאָ ניט אַזױ בולט. װי עס דערװײַזט מיכאַל גאַיעק, זײַנען אײניקע ייִדישע װערטער אַרײַן אין פּױליש אַזױ טיף, אַז זײ לעבן אין דער פּױלישער שפּראַך װײַטער און באַקומען נײַע טײַטשן. אַזױ האָט דאָס װאָרט „קסיװקע‟ (פֿון כּתיבֿה) אַ נײַעם מאָדערנעם באַטײַט װי צונעמעניש אין דער עלעקטראָנישער סאָציאַלער מעדיאַ. אַװדאי האָט פּױליש געהאַט אַ װיכטיקע, און אין געװיסע תּקופֿות די מכריעדיקע השפּעה אױף דער אױסשטאַלטיקונג פֿון ייִדיש. אָבער סתּם צו נעמען דעם קאָרפּוס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ספּעציעל אױסצוטײלן פּאַראַלעלן מיט פּױליש איז ניט קאָרעקט, װײַל אין אײניקע פֿאַלן קענען סלאַװישע השפּעות האָבן אַן אַנדערן אָפּשטאַם. נאָך אַן אינטערסאַנטער ענין, װאָס װאַרט אױף אַ װײַטערדיקער פֿאָרשונג, איז די פֿאָרמירונג פֿון ייִדיש אין מיזרח-אײראָפּע מחוץ די סלאַװישע געביטן — אין רומעניע, בעסאַראַביע און אונגאַרן. װאָס פֿאַר אַ שפּורן האָבן די דאָזיקע ניט־סלאַװישע שפּראַכן איבערגעלאָזט אין דעם װאָקאַבולאַר און דער גראַמאַטיק פֿון ייִדיש אין יענע מקומות?
אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר איז פּױלן געװאָרן אײנער פֿון די פֿירנדיקע װעלטצענטערס פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג, בפֿרט װאָס שײך ייִדיש אין די פּױלישע לענדער. אין משך פֿון דער לאַנגער געשיכטע האָבן די דאָזיקע לענדער פֿאַרנומען ריזיקע שטחים פֿון הײַנטיקער אוקראַיִנע, װײַסרוסלאַנד און ליטע, װוּ ייִדן האָבן אונטערגעהאַלטן קאָנטאַקטן מיט דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג אין זײערע שפּראַכן. פּױליש איז דאָרט געװען די שפּראַך פֿון דער מלוכה און די פּריצים, װאָס איז געװען װיכטיק פֿאַרן העכערן שטאַנד ייִדן, רײַכע אַרענדאַרן און סוחרים. אָבער די פּראָסטע שטעטלדיקע ייִדן זײַנען געװען גאַנץ װײַט פֿון די פּריצישע פּאַלאַצן און האָבן געפֿירט געשעפֿטן מיט זײערע אוקראיִנישע, װײַסרוסישע און ליטװישע (װי אױך בעסאַראַבישע און אונגאַרישע) שכנים. מיר דאַרפֿן נאָך װאַרטן אױף אַ מער אַרומנעמיקער שטודיע, װאָס װעט באַהאַנדלען ניט אײן ייִדיש־סלאַװישן קאָנטאַקט, נאָר מערצאָליקע קאָנטאַקטן צװישן ייִדיש און די אַרומיקע מיזרח־אײראָפּעיִשע שפּראַכן אין פֿאַרשײדענע קולטורעל־היסטאָרישע קאָנטעקסטן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO