ווידעאָ: הרבֿ דבֿ־בער סאָלאָווייטשיק דערקלערט דעם באַהאַלטענעם מיין פֿון חנוכּהVIDEO: Rabbi Soloveitchik explains the hidden meaning of Hanukkah
אין דעם שיעור טענהט דער רבֿ פֿאַר וואָס די ביז־איצטיקע השׂגות וועגן חנוכּה זענען נישט ריכטיק.
אויף יוטוב איז לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ ווידעאָ אין וועלכן דער אָנגעזעענער רבֿ יוסף דבֿ סאָלאָווייטשיק ז״ל גיט אַ חנוכּה־שיעור אויף ייִדיש, און אַלץ ווערט באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך.
אינעם שיעור, וואָס ער האָט געהאַלטן אין 1952, טענהט ער פֿאַר וואָס די ביז־איצטיקע השׂגות וועגן חנוכּה זענען נישט ריכטיק; וואָס איז דער באַהאַלטענער, אמתדיקער באַטײַט פֿונעם יום־טובֿ, און מיט וואָס זענען די רוימער געווען אַנדערש פֿון די גריכישע הערשער וואָס האָבן גענייט די ייִדן אָנצונעמען דעם גריכישן לעבן־שטייגער.
הרבֿ סאָלאָווייטשיק, אָדער ווי מע רופֿט אים עד־היום — „דער רבֿ“ — איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַנע קלאָרע, פֿאַרשטענדלעכע דרשות און שיעורים, וואָס ער האָט תּמיד געהאַלטן אויף ייִדיש, כאָטש ער האָט גוט געקענט ענגליש.
דער ווידעאָ איז אַ טייל פֿון אַ סעריע ווידעאָס אויף ייִדיש וואָס מע האָט צו זיי במשך פֿון די לעצטע יאָרן צוגעגעבן ענגלישע (און צום טייל — העברעיִשע) אונטערקעפּלעך, כּדי צו באַקענען דעם ברייטן עולם מיט דער תּורה פֿון הרבֿ סאָלאָווייטשיק. די סעריע איז פּראָדוצירט געוואָרן דורך Ohr Publishing.
כּדי צו זען אַנדערע ייִדישע דרשות פֿון הרבֿ דבֿ־בער סאָלאָווייטשיק גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO