Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

װינער קאָנפֿערענץ באַשרײַבט דעם בראשית פֿון חורבן־פֿאָרשונגVienna conference describes the genesis of Holocaust studies

געוויסע פֿאָרשער האַלטן אַז בײַם פֿאַרשרײַבן די געשיכטע פֿונעם חורבן דאַרף מען הערן דאָס קול פֿון די עדות אַלײן.

אױף דער עלטער האָט דער ייִדישער כּלל־טוער שמעון װיזענטאַל ע״ה גענומען קלערן וועמען איבערצוגעבן זײַן פּערזענלעכן אַרכיװ װאָס נעמט אַרום טױזנטער קאָרעספּאָנדענצן און אַ סך מאַטעריאַלן װאָס האָבן אַ שײַכות צום חורבן. לסוף איז ער געקומען צום אױספֿיר אַז די שטאָט װין — װוּ ער האָט דעמאָלט געװױנט שױן צענדליקער יאָרן — דאַרף האָבן אַן אינסטיטוט פֿאַר חורבן־פֿאָרשונג און זײַן עזבֿון זאָל טאַקע זײַן דער גרונטשטײן פֿאַר אַזאַ מין אינסטיטוציע. הײַנט קענען מיר פֿעסטשטעלן אַז װיזענטאַלס מײן איז, דאַנקען גאָט, טאַקע מקוים געװאָרן.

מיט אַ חודש צוריק האָט דער װינער װיזענטאַל־אינסטיטוט, למשל, אײַנגעאָרדנט אַן אַרומנעמיקע קאָנפֿערענץ מכּוח „דער עובֿדה פֿון דער שארית־הפּליטה“, ד״ה װעגן דער אַרבעט און די אױפֿטוען פֿונעם ערשטן דור ייִדישע חורבן־פֿאָרשער, אַזעלכע װי װיזענטאַל גופֿא. עװאַ קאָװאַטש, די װיצע־דירעקטאָרין פֿונעם אינסטיטוט און אַ פּראָפֿעסאָרין בײַ דער אונגאַרישער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, האָט צוזאַמען מיט דער היסטאָריקערין נאַטאַליאַ אַלעקסיון (אוניװערסיטעט פֿון פֿלאָרידע) אָרגאַניזירט דעם צוזאַמענפֿאָר. שױן מיט צען יאָר צוריק האָט דער אינסטיטוט אײַנגעסדרט אַ קאָנפֿערענץ אױף דער זעלבער טעמע. הײַיאָר האָט מען געװאָלט זיך אָפּגעבן אַ דין־וחשבון װוּ מע האַלט און װאָס מע האָט זינט דעמאָלט מחדש געװען. 

באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ קוקן אויף דאָקומענטן פון װיזענטאַלס אַרכיװ װעגן דעם גורל פֿון אַ ייִדישער משפּחה בעת דער מלחמה Photo by Natalia Aleksiun

די אַרײַנפֿיר־לעקציע האָט געהאַלטן לאַוראַ יאָקוש פֿונעם בראַנדײַס־אוניװערסיטעט, די מחברטע פֿונעם װיכטיקן בוך „זאַמלט און פֿאַרצײכנט!“ און די אַרױסגעבערין פֿון דער זאַמלונג דאָקומענטן פֿון דער צענטראַלער ייִדישער היסטאָרישער קאָמיסיע אין פּױלן אין די יאָרן 1944–1947 — „חורבן־פֿאָרשונג“ (וואָס מע קען אַראָפּנעמען בחינם). אָנהײבנדיק די קאָנפֿערענץ האָט יאָקוש געפּרוּװט צו מאַכן אַ סך־הכּל, װאָס מע האָט בעת די לעצטע עטלעכע יאָר אױפֿגעטאָן אינעם תּחום פֿון חורבן־פֿאָרשונג. אַחוץ דעם האָט זי אַװעקגעשטעלט די װיכטיקע פֿראַגע װעגן דעם מאַי קאָ משמע לן נאָך דעם װי מע האָט אַנטפּלעקט פֿון דאָס נײַ די אַרבעטן פֿון די ערשטע חורבן־פֿאָרשער. 

לאָמיר דאָ דערמאָנען כאָטש צװײ תּירוצים אױף פּראָפ׳ יאָקושעס קשיא. קריסטינע שמידט (װינער־ביבליאָטעק אין לאָנדאָן) און טאָרי מאַרטינעס (אוניװערסיטעט לינשעפּינג אין שװעדן) האָבן פֿאָרגעשטעלט דוגמאָות פֿון די גבֿית־עדותן װאָס מע האָט פֿאַרצײכנט באַלד נאָך דער מלחמה און אױפֿגעװיזן אַז די באַציִונג צװישן דעם אױספֿרעגער און דעם עדות שפּילט אָפֿט מאָל אַ װיכטיקע ראָלע. אַ באַזונדערע השפּעה קען האָבן דער פֿאַקט אַז מע קען זיך פֿון לאַגער אָדער אַז אײנער פֿאַרשטײט דעם צװײטנס איבערלעבונגען אַפֿילו אַז זי אָדער ער זאָגט גאָרניט. אױב מע נעמט אין אַכט אַזױנע פּרטים, העלפֿט עס אױך צו באַנעמען געװיסע עטישע פֿראַגעס װאָס שײך די באַשלוסן פֿונעם עדות, למשל, צו שװײַגן אָדער צוריקצוציִען אַן עדות־זאָגן מצד חרטה. 

אױך די בערלינער פֿאָרשערין אַורעליאַ קאַליסקי האָט מיט איר רעפֿעראַט פֿאַרענטפֿערט יאָקושעס פֿראַגע פֿון אָנהײב קאָנפֿערענץ. לױט קאַליסקין געפֿינען מיר בײַם ערשטן דור חורבן־פֿאָרשער — װי בײַ יוסף װוּלף און ה. ג. אַדלער, למשל — טאַקע מוסטערן װי אַזױ צו שרײַבן די געשיכטע פֿון חורבן. אַז מע גיט איבער געשיכטע, למשל, אין בראָכשטיקער און ניט ווי אַ גלאַטיקע, קלאָרע דערצײלונג, פֿאַרשאַפֿט עס אַ שטאַרקן אײַנדרוק פֿונעם בראָך און דעם אומגליק. אַ װיכטיקער מעטאָד פֿון אַזעלכע אױטאָרן װי װוּלף און אַדלער איז געװען דער קאָלאַזש פֿון דאָקומענטן און גבֿית־עדותן, מיט קורצע דערקלערונגען און באַמערקונגען װאָס זײַנען ניט זעלטן איראָניש באַפֿאַרבט. 

פֿאַר עטלעכע בײַשפּילן פֿון אַזאַ איראָניע לאָמיר אָנכאַפּן למשל דעם באַנד „דאָס דריטע רײַך און זײַנע דינער“ װאָס אין אים האָט יוסף װוּלף, צוזאַמען מיט לעאָן פּאָליאַקאָװ, צונױפֿגעקליבן דאָקומענטן װעגן דער דײַטשישער יוסטיץ, אַרמײ און אױסערן־מיניסטעריום און זײער ראָל אינעם ייִדישן חורבן. דעם קאַפּיטל װעגן דער דעפּאָרטאַציע („אױסזידלונג“) פֿון 6,000 פֿראַנצײזישע ייִדן אינעם אומברענג־לאַגער אױשװיץ האָבן זײ געגעבן אָט אַזאַ קעפּל: „הער שלײַערס גלײַכגילט“. דער ערשטער טײל פֿון קאַפּיטל הײסט: „ס׳האָט זיך אָנגעהױבן מיט 1,000 ייִדן“; דער צװײטער: „איצט גײט עס שױן װעגן 6,000 ייִדן“; דער דריטער: „אונטער־שטאַטס־סעקרעטאַר לוטער אַרבעט װײַטער בשלווה“; דער פֿערטער: „לעגאַציאָנס־ראַט ראַדעמאַכער פֿאַרסך־הכּלט“. ענלעכע טיטלען האָבן די ייִדישע פֿאָרשער צוגעגעבן אױך די אַנדערע מקורים װאָס זײ האָבן אַרײַנגענומען אין דער עדיציע. 

קאַליסקי האָט באַמערקט אַז הײַנטיקע פֿאָרשער פֿאָדערן טאַקע אַז מע דאַרף שרײַבן די געשיכטע פֿון מלחמה און חורבן אױף פּונקט אַזאַ אופֿן װי עס האָט געטאָן יענער פֿריִערדיקער דור, לאָזנדיק דערבײַ רעדן די עדות אַלײן, מע זאָל קענען הערן זײער קול. אָפֿטמאָל לױבט מען שאול פֿרידלענדערן פֿאַר זײַנע דערגרײכונגען אין דער הינזיכט — און פֿאַרגעסט אין גאַנצן אָן די פֿאַרדינסטן פֿון די פֿריִערדיקע פֿאָרשער, דעריבער װאָס כּמעט קײנער לײענט זײ ניט.

ניט װײניק רעדנער האָבן טאַקע אָפּגעגעבן כּבֿוד דער עובֿדה און די אױפֿטוען פֿון יענעם ערשטן דור. די דאָזיקע פּיאָנערן זײַנען אָפֿט מאָל אַלײן געװען ייִדן װאָס האָבן זיך על־פּי נס אָפּגעראַטעװעט פֿון די געטאָס און לאַגערן. פֿאַרשטײט זיך אַז אין יענע רעפֿעראַטן האָט די ייִדישע שפּראַך פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט. די אַרגענטינער פֿאָרשערין מאַלענאַ כינסקי (איצט אין פּאַריז) האָט, למשל, באַשריבן שמערקע קאַטשערגינסקיס זאַמלונג „לידער פֿון די געטאָס און די לאַגערן“ מיטן קוק פֿון אַ חורבן־פֿאָרשערין. פּראָפֿ׳ נאַטאַליאַ אַלעקסיון האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט װעגן דער צײַטשריפֿט „בלעטער פֿאַר געשיכטע“ װאָס איז נאָך דער מלחמה אַרױס בײַם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין װאַרשע. זי האָט אױפֿגעװיזן װי אַזױ ייִדישע היסטאָריקער האָבן זיך באַמיט ממשיך צו זײַן די פֿאַר־מלחמהדיקע טראַדיציעס פֿון ייִדישער װיסנשאַפֿט אין פּױלן און װײַטער צו שמידן די גאָלדענע קײט פֿון פּױלישן ייִדנטום, ניט געקוקט דערױף װאָס ס׳איז געבליבן בלױז אַ װינציקער שׂריד, און נאָר געצײלטע פֿון זײ זײַנען טאַקע געבליבן אין פּױלן.

אַלעקסאַנדער װאַלטער פֿון יענאַ, דײַטשלאַנד, האָט פֿאָרגעשטעלט דעם טשיקאַװען פֿאַל פֿון אַ דײַטשיש־ייִדישן היסטאָריקער, העלמוט עשװעגע, װאָס האָט זיך אױסגעטײלט דערמיט װאָס ער האָט געניצט מקורים אָנגעשריבענע אױף ייִדיש און העברעיִש. אַזױ װי ער האָט געלעבט און געאַרבעט אין מזרח־דײַטשלאַנד, האָט ער באַזונדערס געניצט די װאַרשעװער „בלעטער פֿאַר געשיכטע“ און „פֿאָלקס־שטימע“ װי אױך „סאָװעטיש הײמלאַנד“. אָבער דײַטשע פּראָפֿעסאָרן האָבן לרובֿ אָפּגעפֿרעגט און געפּסלט זײַן אַרבעט, האַלטנדיק אַז אַ ייִד קען על־פּי טבֿע ניט זײַן נײטראַל אַז ס׳גײט אינעם חורבן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אױף אַזעלכע טענות האָט יוסף װוּלף אַ מאָל צוריקגעפֿרעגט, צי קען דען אַ דײַטש װאָס איז אױפֿגעװאַקסן אין די היטלער־יאָרן (שױן אָפּגערעדט פֿונעם עלטערן דור) טאַקע זײַן אַן אומפּאַרטײיִשער אָן קײן שום פּניות?

אױף דעם װינער צוזאַמענפֿאָר האָט מען נאַטירלעך אױך גערעדט װעגן עונג־שבת און דעם רינגעלבלום־אַרכיװ, װעגן די ייִדישע היסטאָרישע קאָמיסיעס אין פּױלן, װעגן נחמן בלומענטאַל און װעגן יזכּור־ביכער (ספּעציעל װעגן דעם לעװערטאָװער יזכּור־בוך). אָבער ניט נאָר אױף די פּױלישע ייִדן האָט מען זיך אָפּגעשטעלט. עטלעכע רעפֿערענטן האָבן אױך אַרומגערעדט די פֿאָרשונג װעגן דעם חורבן פֿון גריכישע און אונגאַרישע ייִדן. 

אין שײַכות מיט גריכנלאַנד האָט מען זיך דערװוּסט, אַז די סאַלאָניקער ייִדן האָבן אָפֿט געדרוקט גבֿית־עדותן און אָפּהאַנדלונגען װעגן דעם חורבן פֿון זײער עיר־ואם צוערשט אױף פֿראַנצײזיש, אַ מין לינגואַ פֿראַנקאַ בײַ די ספֿרדישע ייִדן. די פֿאָרשערין עלעני בעזע (אוניװערסיטעט פֿון טעסאַליאַ) האָט געטענהט אַז פֿרױען איז געװען גרינגער צו פֿאַרעפֿנטלעכן זײער עדותשאַפֿט אין אױסגאַבעס פֿון פּועלי־ציוניסטן און אַנדערע לינקע אָרגאַניזאַציעס. מע האָט, למשל, אָפּגעדרוקט עדותן פֿון ייִדישע טעכטער אין אַ סאַלאָניקער לינקער צײַטשריפֿט סוף 1940ער יאָרן, בשעת אין גריכנלאַנד האָט נאָך געבושעװעט דער בירגערקריג.

װאָס שײך אונגאַרן, האָט דאָראַ פּאַטאַריטשאַ (פֿון די שטעט סעגעדין און העלסינקי) איבערגעגעבן װי מע ניצט הײַנט פֿאַרשײדענע מקורים פֿון די נאָך־מלחמה־יאָרן כּדי פֿעסטצושטעלן די אידענטיטעט און דעם גורל בעתן חורבן פֿון יעדן סעגעדינער ייִד. צוליב באַזונדערע אומשטאַנדן איז אין סעגעדין ניצול געװאָרן פֿונעם חורבן אַ רעלאַטיוו גרױסע צאָל ייִדן — אַרײַנגענומען יונגע קינדער, זקנים און אַפֿילו גאַנצע משפּחות. די אַנקעטעס װאָס די לעבן־געבליבענע האָבן אױסגעפֿילט גלײַך נאָכן אַהײמקומען אין סעגעדין העלפֿן אַ סך בײַ דער דאָזיקער פֿאָרש־אַרבעט.

בײַם סוף פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט מען נאָך אָנגעװיזן אױף נײַע דרכים און בלױזן אין דער פֿאָרשונג. אין אַ פּאָלעמישן און שטאַרק פֿאַרכאַפּנדיקן רעפֿעראַט האָט רחל פּערי (חיפֿה) זיך באַקלאָגט אַז קײנער פֿון די הײַנטיקע חורבן־פֿאָרשער נעמט ניט אין אַכט קונסט װי אַ פֿאָרש־אָביעקט. האַרט נאָך דער מלחמה איז דער קלײנער אַלבאָם געװען זײער אַ װיכטיקער מעדיום. צום באַדױערן פֿאַראינטערעסירן זיך אױך קונסט־היסטאָריקער ניט איבעריק דערמיט. דער אַלבאָם איז דעמאָלט געװען אַזױ באַליבט און פֿאַרשפּרײט בײַ ייִדן װײַל מע האָט אים לײַכט געקענט טראָגן בײַ זיך אין דער קעשענע. האָבן אַנטװאָרצלטע ייִדן, װאָגלענדיקע איבער דער װעלט, עס מיטגענומען װי אַ זכר לחורבן. (מיט אַן אױסערגעװײנטלעכן, גרױס־פֿאָרמאַטיקן אַלבאָם קענט איר זיך באַקענען אָט אָ דאָ.)

נאָך אַ קורצן שלוסװאָרט פֿון די אָרגאַניזאַטאָרינס מיט גוטע עצות אױף להבא, װי אַ צידה־לדרך די פֿאָרשער, איז מען זיך װידער צעפֿאָרן אין אַרבע־כּנפֿות־הארץ, אָנגעזאַפּט מיט אײַנדרוקן און נײַע סטימולן אױף ממשיך צו זײַן די פֿאָרשונג װעגן „דער עובֿדה פֿון דער שארית־הפּליטה“.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.