טשיקאַוועסן: שליוואָוויץ — אַ קולטור־אוצר • ישׂראלישע חרדים האָבן ווייניקער האַרצפּראָבלעמען Tidbits: Slivovitz deemed a cultural treasure; Haredi men have better heart health
פֿלוימענשנאַפּס איז געוואָרן אַ באַליבטע משקה בײַ ייִדן ווײַל לויטן דין קען מען דאָס טרינקען אַ גאַנץ יאָר, אַפֿילו פּסח
Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!
If you read it and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.
Here is the audio:
צו הערן די „טשיקאַוועסן“ אויף אוידיאָ, גיט אַ קוועטש דאָ:
פֿלוימענשנאַפּס, אָדער שליוואָוויץ — אַ באַקאַנטע משקה בײַם קידוש אין אַ סך שילן — איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך צוגעגעבן געוואָרן צו דער יו־ען־רשימה פֿון זאַכן וואָס האָבן אַ באַטײַטיקן קולטורעלן ווערט.
דעם באַשלוס האָט מען געמאַכט אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון „יונעסקאָ“ אין מאַראָקאָ. מע האָט אויך צוגעגעבן צו דער רשימה דעם באַגעט (דעם לאַנגן לאַבן פֿראַנציישן ברויט).
שליוואָוויץ איז געוואָרן אַ פּאָפּולער געטראַנק בײַ די פּוילישע ייִדן אינעם 19טן יאָרהונדערט, ווען אַ סך ייִדן האָבן זיך פֿאַרנומען מיטן פּראָדוצירן אַלקאָהאָל און האָבן פֿאַרמאָגט אַכסניות. שליוואָוויץ האָט געהאַט אַ גרויסע מעלה וואָס שייך כּשרות. אין פֿאַרגלײַך מיט ווײַן, וואָס איז געמאַכט פֿון טרויבן און דערפֿאַר זענען דאָ שטרענגע הלכות וועגן דעם, זענען נישטאָ קיין דינים וועגן שליוואָוויץ. אין פֿאַרגלײַך מיט ביר און בראָנפֿן וואָס זענען געמאַכט פֿון תּבֿואה און זענען דערפֿאַר פֿאַרווערט פּסח, קען אַן אָפּגעהיטער ייִד טרינקען שליוואָוויץ אַ גאַנץ יאָר.
ווען די מאַסן פּוילישע ייִדן האָבן אימיגרירט קיין אַמעריקע האָבן זיי מיטגעבראַכט די טראַדיציע פֿון טרינקען שליוואָוויץ. הײַנט באַטרעפֿן די ייִדן אַ גרויסן טייל פֿונעם שליוואָוויץ־מאַרק, בפֿרט פּסח־צײַט.
צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
•
לויט אַ נײַער שטודיע איז אפֿשר דאָ אַן אופֿן ווי איר קענט פֿאַרקלענערן די מעגלעכקייט פֿון שטאַרבן פֿון אַ האַרצקראַנקייט: הייבט אָן דאַווענען.
אין דער שטודיע האָבן די פֿאָרשער אַנאַליזירט די שטאַרביקייט פֿון כּמעט 12,000 ישׂראלדיקע ייִדישע מאַנסבילן, סײַ פֿרומע, סײַ פֿרײַע, צווישן 40 און 65 יאָר אַלט.
כאָטש די דיעטע בײַ חרדים איז געוויינטלעך נישט אַזוי געזונט ווי בײַ אַנדערע גרופּעס — זיי עסן אָפֿט מאכלים מיט אָנגעזעטיקטער פֿעטס און טרינקען סאָדעס וואָס האָבן אַ הויכן פּראָצענט צוקער — זענען דאָ אַנדערע סיבות פֿאַר וואָס זיי לײַדן ווייניקער פֿון האַרצפֿעלערן: שבת רייכערן זיי נישט און זיי זענען געוויינטלעך נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער משפּחה און דער קהילה.
פֿריִערדיקע שטודיעס האָבן שוין אָנגעוויזן אַז דאָס פֿירן אַ רעליגיעז לעבן פֿאַרקלענערט דעם עמאָציאָנעלן דרוק בײַ מענטשן; און דאָס קען זײַן נאָך מער חל אויף חרדים אין ישׂראל וואָס דינען געוויינטלעך נישט אין מיליטער ווײַל אין מיליטער איז דער דרוק במילא העכער ווי אין דער ציווילער געזעלשאַפֿט.
אַגבֿ, לויט אַ שטודיע אין 2018 איז דאָס לייגן תּפֿילין אויך גוט צום געזונט: ווען מע וויקלט די לעדערנע רימענס ענג אַרום דעם אָרעם, האָט עס אַ פּאָזיטיוון עפֿעקט אויפֿן בלוטשטראָם.
צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO