Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדיש־אַקטיוויסטקע און שרײַבערין לילאַ האָלצמאַן איז אַוועק צו 96 יאָרYiddish activist and writer Lila Holzman has died at age 96

מאַקס ווײַנרײַך האָט אַ מאָל געזאָגט וועגן איר, „דאָס קינד רעדט אַ פּרעכטיקן ייִדיש.“

ס׳איז לעצטנס אַוועק פֿון דער וועלט די לאַנגיאָריקע ייִדיש־אַקטיוויסטקע, לילאַ — אויך באַקאַנט ווי לאה און לילי — האָלצמאַן, וועלכע האָט במשך פֿון איר לעבן געאַרבעט אינעם ישׂראלדיקן ראַדיאָ און אין ייִדישן אָפּטייל פֿון בר־אילן אוניווערסיטעט; איבערגעזעצט אַ צאָל ייִדישע (ווי אויך פּוילישע, דײַטשישע און רוסישע) ביכער אויף העברעיִש; געשריבן לידער, זכרונות און אַרטיקלען. זי איז אַלט געווען 96 יאָר.

יעדער געבוירענער ייִדיש־רעדער איז אַן איינמאָליקער קרײַצוועג פֿון זײַן היים און משפּחה, זײַן לאַנד, די שפּראַכן און די פֿעלקער אַרום אים. לילאַ האָלצמאַן איז געווען אַ גלענצנדיקער דוגמא דערפֿון. זי איז געבוירן געוואָרן אין 1926 אין סווענציאַן, אַ קליינע שטאָט נישט ווײַט פֿון ווילנע, בײַ אַ געבילדעטער משפּחה: איר מאַמע, רחל, איז געווען אַ דענטיסטקע, און דער טאַטע, חיים – אַ לאַבאָראַנט.

די סווענציאַנער ייִדן האָבן זיך „געפֿילט פֿאַרוואָרצלט אין זייער סבֿיבֿה, אין אָט דער ענקלאַווע אין צפֿון-מזרח־פּוילן צווישן ליטע און ווײַסרוסלאַנד,“ האָט איר זון, אבֿנר האָלצמאַן, געשריבן אין זײַן אינטערעסאַנטן בוך ליטעראַרישע עסייען, „תמונה לנגד עיני“ (אַ בילד פֿאַר מײַנע אויגן). הונדערטער יאָרן האָבן די אָרטיקע ייִדן געלעבט בשלום מיט זייערע שכנים, און אין 19טן יאָרהונדערט האָט זיך די ייִדישע קהילה צעשפּרייט און צעבליט. חשובֿע רבנים האָבן דאָרטן געוווינט, ווי דער גרינדער פֿון דער רעליגיעז־ציוניסטישער באַוועגונג „המזרחי“, הרבֿ יצחק יעקבֿ רײַנעס, און נישט ווייניקער אַקטיוו זײַנען געווען די משׂכּילים אין שטאָט, די ציוניסטן און סאָציאַליסטן, בפֿרט פֿונעם ייִדישן אַרבעטער בונד.

לילאַ (רעכטס) מיטן טאַטן, חיים; דער מאַמען, רחל, און שוועסטערל, חנהלע Courtesy of the Holzman family

לאה-לילאַס עלטערן, וואָס האָבן שטודירט אין רוסלאַנד, האָבן גערעדט ייִדיש אין דער היים, און לילאַ איז אַריין אין אַ ייִדישן קינדער-גאָרטן. ד״ר מאַקס ווײַנרײַך האָט אָמאָל געהערט די דרײַ-יעריקע לאהלע און געזאָגט: „דאָס קינד רעדט אַ פּרעכטיקן ייִדיש.“ זײַן אָבסערוואַציע איז געוואָרן אַ מין נבֿואה. דאָס קינד איז זוכה געווען צו געניסן פֿון דער בליִענדיקער ייִדישער שולסיסטעם אין אומאָפּהענגיקן פּוילן, און איז אַריין אין דער ייִדישער פֿאָלקשול פֿון ציש״אָ.

מיט יאָרן שפּעטער שרײַבט לילאַ אין איר אַרטיקל „די טאָכטער פֿון קבצן און איך“ (אינעם זשורנאַל „דווקא“, באַנד 2, 2007): „אַ סך פֿון די לערערס זײַנען געווען יונג. מיר האָבן זיך געלערנט וועגן בלומען און בלעטער, און אָפֿט מאָל זײַנען מיר אַרויס אויף עקסקורסיעס. די נאַטור איז געווען אַרום אונדז, מיט אַ סך וועלדער און סאַזשלקעס. די שול איז געווען אַ וועלטלעכע און מיר האָבן נישט געלערנט למשל וועגן דעם עומר. דערפֿאַר האָבן מיר געמיינט אַז ס’איז דאָ אַ יום-טובֿ וואָס הייסט ‘לעק די ביימער’“.

די קינדער האָבן אין קלאַס געלייענט ייִדישע לידער און דערציילונגען, וואָס אַ טייל פֿון זיי זײַנען געשריבן געוואָרן בכּיוון פֿאַר זיי. „מיר זײַנען געווען דורשטיק צום געדרוקטן וואָרט,“ האָט זי ווײַטער דערציילט. „יעדע וואָך האָבן מיר אומגעדולדיק געוואַרט אויף ‘די גרינינקע ביימעלעך’. מיר האָבן ליב געהאַט די שול ווײַל זי האָט אָנגעפֿילט אונדזער לעבן. אַלץ איז געווען נײַ און רירעוודיק.“

„די גרינינקע ביימעלעך“ איז געווען אַ קונדער־זשורנאַל וואָס איז אַרויסגעגאַנגען אין ווילנע צווישן 1914 און 1939.

לילאַ (די פֿערטע פֿון לינקס) מיט איר קינדער־גאָרטן. נאָר זי און נאָך איין קינד זײַנען ניצול געוואָרן Courtesy of the Holzman family

מיט די יאָרן האָבן די קינדער אָנגעהויבן זיך לערנען פּויליש, און אַזוי איז אויך די פּוילישע שפּראַך און קולטור געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון לילאַס לעבן. איך וואָלט געזאָגט אַז אין איר זײַנען אײַנגעפֿלאָכטן די צוויי היימלענדער. פֿון איין זייט איז זי געווען אַן אמתער ליטוואַק, מיט די אַלע אייגנשאַפֿטן: שאַרפֿקייט, ראַציאָנאַליזם און סקעפּטיציזם; און פֿון דער אַנדערער זײַט — אַ פּוילישע ראָמאַנטיקערין, פֿאַרליבט אין לעבן.

ווען די נאַציס זײַנען אַרײַן אין סווענציאַן אין יוני 1941, האָט לילאַ, צוזאַמען מיט איר מאַמען און שוועסטערל חנהלע (דער טאַטע איז געשטאָרבן נאָך פֿאַר דער מלחמה) זיך געראַטעוועט פֿון כּמה-וכּמה שחיטות. חנהלע איז אומגעקומען, און נאָך אַ סך גילגולים האָט מען לילאַן מיט איר מאַמען אַוועקגעפֿירט אין לאַגער קושדאַר; דאָרטן האָט זי געהאָרעוועט אין די טאָרף-פֿעלדער צוזאַמען מיט אַ גרופּע מיידלעך. נאָך דער מלחמה זײַנען די לעבן געבליבענע פֿון יענער גרופּע יאָרן לאַנג געבליבן אין קאָנטאַקט און זיך געטראָפֿן. אַפֿילו נאָך דעם ווי זיי זײַנען שוין געווען באָבעס האָט מען זיי נאָך אַלץ גערופֿן „די מיידלעך“.

אין לאַגער האָט לילאַ געשאַפֿן לידער, און די מיידלעך האָבן זיי געזונגען אין אָוונט אין די באַראַקן לויט באַקאַנטע מעלאָדיעס. איינס פֿון די לידער איז „בײַם טײַכל“:

איך שטיי בײַם טײַכל,

איך קוק פֿאַרטרויערט אויפֿן וואַסער,

דער ווינט טוט פֿײַפֿן און דער וועטער איז אַ נאַסער,

אַ רעגן גיסט, דאָס טײַכל פֿליסט,

ווי מײַנע לעבנסטעג לויפֿט ער שנעל אַוועק. […]

און יעדעס ליד זײַנס

טוט מיר לײַדן אָן און שמערצן,

ווײַל עס דערמאָנט מיר אָן דעם ווייטאָק פֿון מײַן האַרצן,

פֿון יאָרן לאַנגע און די פֿאַרלאַנגען,

פֿאַר וועלכע כ’האָב געלעבט, צו וואָס איך האָב געשטרעבט. […]

אין זומער 1944 האָבן די דײַטשן אַוועקגעפֿירט אַ סך ליטווישע ייִדן אינעם קאָנצעטראַציע- און אומברענג-לאַגער שטוטהאָף, און נאָך זעקס וואָכן זײַנען לילאַ און איר מאַמע אַריבער אין אַנדערע לאַגערן – ביז די רוסן האָבן זיי באַפֿרײַט אין סוף ינואַר 1945. לילאַ איז געבליבן אין פּוילן, און אין יאָר 1947 האָט זי זיך באַזעצט אין לאָדזש און געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג „אונזער וואָרט“. זי האָט אויך מיטגעאַרבעט מיט רחל אויערבאַך בײַם דעשיפֿרירן דעם „עונג שבת“־אַרכיוו. דאַן האָט זיך לילאַ באַקענט מיט איר מאַן, חיים האָלצמאַן, און צוזאַמען האָבן זיי אין יאָר 1950 עולה געווען קיין ישׂראל. לילאַ און חיים זײַנען געווען פֿון די גרינדערס פֿון קיבוץ לוחמי הגטאות [דער קיבוץ לכּבֿוד די געטאָ־קעמפֿער], אָבער פֿינף יאָר שפּעטער זײַנען זיי אַריבער קיין רמת-גן.

במשך פֿון די יאָרן זײַנען אירע לידער באַרימט געוואָרן. איינס פֿון זיי — „בײַם טײַכל“ — איז אַרײַן אין שמערקע קאַטשערגינסקיס אַנטאָלאָגיע „לידער פֿון געטאָס און לאַגערן“. אַ סך יאָרן שפּעטער האָט אַ חבֿרטע איר אָנגעקלונגען און דערציילט אַז זי האָט געהערט אויף דער טעלעוויזיע ווי מע זינגט „בײַם טײַכל“ אויף עבֿרית. אַ באַגײַסטערטע האָט לילאַ אָנגעקלונגען דער טעלעוויזיע־סטאַנציע און זיך פֿאָרגעשטעלט. „אָבער עס שטייט דאָ געשריבן אַז די מחברטע פֿון ליד איז לאה סווירסקי, וואָס איז אומגעקומען אין חורבן,“ האָט די צעטומלטע  סטאַנציע־אויפֿנעמערין געזאָגט.

„אָט דאָ רעדט מיט אײַך לאה סווירסקי,“ האָט לילאַ געענטפֿערט.

לילאַ האָט באַהערשט העברעיִש אָבער „זי האָט קיינמאָל נישט פֿאַרגעסן דעם עבֿר,“ האָט איר טאָכטער, גתּית האָלצמאַן, געזאָגט אין איר הספּד נאָך דער מאַמען. „זי האָט תּמיד געבענקט נאָך דער ייִדישער קולטור; געווען אַ ספּיקערין אויף ייִדיש אין ‘קול ישׂראל’, געאַרבעט אין דער צײַטונג ‘לעצטע נײַעס’ און אין דער ייִדישער אָפּטיילונג אין בר-אילן אוניווערסיטעט.“

איך האָב זיך באַקענט מיט לילאַן מיט 22 יאָר צוריק, ווען זי איז שוין געווען אויף פּענסיע. איך האָב געוואָלט זיך לערנען ייִדיש, און אַ חבֿר האָט צונויפֿגעפֿירט דעם שידוך. לילאַ איז נישט געווען קיין פּראָפֿעסיאָנעלע לערערין: מיר האָבן נישט אָנגעהויבן מיט אוריאל ווײַנרײַכס לערנבוך, נאָר מיטן לייענען שלום עליכם: זי האָט מיר דערקלערט די „שווערע“ ווערטער און דעם סינטאַקס. זי האָט גערעדט אין איר פּרעכטיקן ייִדיש, דערציילט טויזנט און איין מעשׂיות פֿון איר אינטערעסאַנטן לעבן, און אַמאָל אויך גאָר געפֿעפֿערטע וויצן.

אַ דאַנק איר ליבשאַפֿט צו ייִדיש האָב איך זיך אַליין פֿאַרליבט אין מאַמע-לשון. זי האָט מיך ממש מקבל־פּנים געווען בײַם שוועל פֿונעם ייִדיש־פּאַלאַץ, און מיך אַריינגעפֿירט אין זײַנע זאַלן, קעלערס און ביידעמער.

לילאַ שטייט מיר תּמיד פֿאַר די אויגן מיט איר גוטמוטיקן שמייכל און הומאָר, נישט געקוקט אויף די אַלע צרות און שוועריקייטן וואָס זי האָט מיטגעמאַכט. דערפֿאַר האָט זי אָבער דווקא יאָ הנאה געהאַט פֿון אירע קינדער, פֿון די אייניקלעך, פֿון דער אַרבעט ווי למשל די איבעזעצונגען וואָס האָבן זי תּמיד באַשעפֿטיקט, אַפֿילו אין די לעצטע יאָרן.

נאָך איר טויט האָב איך געזאָגט אַ בשותּפֿותדיקער באַקאַנטער אַז איך האָב לילאַן ליב געהאַט. „ווער האָט זי נישט ליב געהאַט?“ האָט זי געענפֿערט, און אַזוי אַרום האָב איך זיך דערוווּסט אַז לילאַ האָט געהאַט גאָר אַ סך בני-יחידים. מיר אַלע בענקען שוין נאָך איר. כּבֿוד איר אָנדענק.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version