Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ ייִדיש־לערער פֿאַר אַלעמען: זכרונות װעגן מרדכי שעכטערן אױף אַ קאָנפֿערענץ צו זײַן 15טן יאָרצײַטHe taught us all Yiddish: Sharing memories of Mordkhe Schaechter at a conference for his 15th yortsayt

אַ סך פֿון זײַנע תּלמידים האָבן נישט געשטאַמט פֿון ייִדיש־רעדערס; פֿאָרט האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט זיי, סײַ װי תּלמידים סײַ ווי מיטאַרבעטערס.

ווען איך בין אין די שפּעטע 1990ער יאָרן אָנגעקומען אין ניו-יאָרק, האָב איך זיך אָנגעגאַרטלט זיך צו טרעפֿן מיטן באַרימטן לינגװיסט ד״ר מרדכי שעכטער.

איך האָב זיך אַליין געהאַט פֿאַרליבט אין ייִדיש אין לויִסװיל, קענטאָקי, און שױן אַבאָנירט שעכטערס זשורנאַל „אױפֿן שװעל“ — לױטן אונטערקעפּל, „דער אָרגאַן פֿון דער ייִדיש־ליגע.“ „װי אַזױ קען ייִדיש האָבן אַ ליגע?“ האָב איך געװאָלט װיסן. דעמאָלט איז נישט געװען װאָס צו גוגלען, און אין קענטאָקי איז נישט געווען װעמען צו פֿרעגן.

אָנגעקומענדיק אין ניו־יאָרק, איז צװישן מײַנע ערשטע אָפּשטעלן געווען דאָס ביוראָ פֿון דער דאָזיקער ליגע אױף װעסט 72סטער גאַס, אין אַ בנין װאָס עקזיסטירט מער נישט. אָבער אַנשטאָט אַ שרעקעדיקן טשעמפּיאָן פֿון אַ „ליגע,“ האָב איך זיך באַקענט מיט אַ באַשיידענעם ייִדישן פּראָפֿעסאָר, װאָס פֿירט אַדורך זײַן אַרבעט אין אַ קליינעם לאָקאַל װוּ מע האָט קױם געקענט אַדורכצוגײן, צוליב דער גרויסער צאָל טישן און ביכער אין צימער.

נישט געקוקט אויפֿן קליינעם ביוראָ האָט שעכטער משפּיע געװען אױף טױזנטער ייִדיש־תּלמידים, פֿאָרשערס, שרײַבערס, קינסטלערס און געלערנטע, צװישן זײ — מײַנע נאָענסטע חבֿרים ביזן הײַנטיקן טאָג.

דעם 20סטן נאָוועמבער איז אין ניו־יאָרק פֿאָרגעקומען אַן אייגנאַרטיקע צווייטאָגיקע קאָנפֿערענץ לזכר מרדכי שעכטערס 15טן יאָרצײַט, וואָס איז פֿון אַ פּערזענלעכן קוקװינקל געווען אַ גאָלדענע געלעגנהײט װידער זיך צו טרעפֿן מיט די מענטשן װאָס האָבן מיך מיט יאָרן צוריק אַרײַנגעפֿירט אין דער ייִדיש־װעלט און װאָס שפּילן הײַנט אַ פֿירנדיקע ראָלע ווי אַקאַדעמיקער און פּעדאַגאָגן.

די קאָנפֿערענץ איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער ייִדיש־ליגע, מיט דער שטיצע פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט — אַן אַנשטאַלט וווּ שעכטער איז יאָרן לאַנג געווען אַ ייִדיש־לערער — און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר.

דװקא יענעם ביוראָ — דעם „הױף“ פֿון מרדכי שעכטער — האָט מען אַ סך דערמאָנט בעת אַ פּאַנעל פֿון זכרונות וועגן שעכטערן. זײַן טאָכטער גיטל שעכטער־װישװאַנאַט האָט דערצײלט װי ער פֿלעגט פֿאָרן אין ביוראָ אַלע טאָג מיטן זעלבן מיטאָג, און מיט דער זעלבער ענערגיע, תּמיד אַרױפֿגײענדיק די טרעפּ צװײ מיט אַ מאָל. דוד בראַון, זײַן יונגער אַסיסטענט (אַזאַ טיטל, װאָס שעכטער האָט אים געשאָנקען, האָט דעם בחור טאַקע באַגײַסטערט), האָט דערצײלט װי יעדן פֿרײַטיק האָט דער גרױסער פֿילאָלאָג זיך אויסגעשפּרייט אױפֿן דיל פֿון ביוראָ אױף אַ קורצן דרעמל.

חנה נאָריך, וואָס האָט געהאַלטן איינע פֿון די הויפּטרעדעס אויף דער אונטערנעמונג, האָט געטענהט װי װיכטיק ס׳איז צו אָנערקענען אַז ס׳רובֿ פֿון דער הײַנטיקער ייִדישיסטישער װעלט, להיפּוך צו דער חסידישער, באַשטײט פֿון מענטשן װאָס זײַנע נישט געקומען צו ייִדיש אױפֿן געריכטן „ריכטיקן“ אופֿן. (איך בין אַליין נישט פֿון קיין ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה.) אַ סך פֿון שעכטערס תּלמידים האָבן נישט געשטאַמט פֿון ייִדיש־רעדערס און זיך נישט געלערנט אין די ייִדישע טאָגשולן. פֿאָרט האָט שעכטער אויך אָנגענומען אָט די צוגעקומענע ייִדיש־רעדער װי תּלמידים און מיטאַרבעטערס.

אַ טייל פֿון די באַטייליקטע בעת אַ הפֿסקה אויף דער קאָנפֿערענץ Photo by Michael Brochstein

מײַן פֿרײַנד איװ יאַכנאָװיץ, אַלײן איצט אַ ייִדיש־לערערין און אַן אָנגעזעענע פֿאָרשערקע אין פֿעלד פֿון ייִדישער קולינאַרער עטנאָגראַפֿיע, האָט דערצײלט אַזאַ מעשׂה װעגן שעכטערס גרײטקײט אָנצונעמען אַלעמען, װי אױך זײַן אומפּשרותדיקן צוגאַנג צום „ייִדיש בייִדיש“ אין קלאַס. איװ האָט געװוּסט פֿון איר טאַטן, אױך אַ „שעכטעריסט,“ אַז יעדעס מאָל וואָס שעכטער האָט זיך דערװוּסט אַז זײַן מיטשמועסער קען ייִדיש, האָט ער קיין מאָל זיך מער נישט אָפּגערופֿן אױף ענגליש. אױס מורא פֿאַרן גרױסן פּראָפֿעסאָר, איז איוו געפֿאַלן אױף אַ המצאה – װען נאָר זי וועט אים זען אין קאָרידאָר, װעט זי דװקא רעדן אַזאַ גױישן ענגליש, אַז ער וועט שוין נישט חושד זײַן אַז זי קען אַ װאָרט ייִדיש. שפּעטער אָבער ווען זי האָט שוין יאָ געוואָלט רעדן ייִדיש מיט אים האָט זי אים נאָך געדאַרפֿט איבערצײַגן, אַז זי קען טאַקע!

פֿון װאַנען האָט זיך גענומען שעכטערס פֿילאָפֿאָסיע און ייִחוס? ער איז געװען דער מיטצײַטלער און קאָלעגע פֿון די פֿירנדיקע פֿיגורן פֿון ייִדישיזם נאָך דער צװײטער װעלט-מלחמה, װי דער גרינדער פֿון ייִװאָ, מאַקס װײַנרײַך. קלמן װײַזער, מײַנער אַ גוטער־פֿרײַנד פֿון דער שעכטעריסטישער חבֿרה פֿון יענע ניו־יאָרקער יאָרן, האָט געהאַלטן אַ רעדע װעגן װײַנרײַכן.  אַן אינטערעסאַנטע זאַך וואָס ווײַזער האָט דערציילט איז אַז כאָטש װײַנרײַך האָט זיך אײַנגעפֿונדעװעט אין ניו־יאָרק; געצױגן חיונה פֿון זײַן לערנען אין סיטי־קאַלעדזש און געפּרוּווט אַװעקשטעלן דעם אַמעריקאַנער ייִװאָ אױף אַ פֿעסטן באָדן, האָט ער דװקא ערנסט באַטראַכט דעם אָנבאָט פֿון העברעיִשן אוניװערסיטעט צו ווערן דער ערשטער פֿאָרזיצער פֿון זייער נײַער ייִדיש־קאַטעדרע.

דאָס שטעלט פֿאָר אַן אינטערעסאַנטע ענלעכקײט מיט שעכטערן, װאָס האָט פֿאַרװאַנדלט די אָרגאַניזאַציע „ייִדיש־ליגע,“ פֿון אַ טעריטאָריאַליסטישער – װי שעכטער איז אַלײן געווען —  צו אַ ריין ייִדישיסטישער און אומפּאַרטיייִשער. ער האָט זיך קאָנצענטרירט אין אײַנפֿלאַנצן ייִדיש אין זײַן אַדאָפּטירטן אַמעריקע.

אין תּוך האָט שעכטער געלײגט זײַן שטעמפּל אױף דער ייִדיש־לערערײַ, װי געזאָגט, װי אַ לערער פֿון טױזנטער מענטשן. כאָטש ער איז געװען אַ גרױסער קענער, האָט זײַן פּערזענלעכקײט און אָפּטימיזם אינספּירירט מענטשן פּונקט אַזױ פֿיל װי זײַן װיסן. קיין שטאַרק אָרגאַניזירטער לערער איז ער דווקא נישט געװען. אַז ער האָט געהערט אַן אינטערעסאַנט וואָרט פֿון אַ תּלמיד, האָט ער זיך פֿאַררעדט וועגן דעם אָפּשטאַם דערפֿון, און דערבײַ פֿאַרלאָזט די פּלאַנירטע לעקציע פֿון טאָג.

צװײ מענטשן װאָס איך קען שױן יאָרן לאַנג פֿון יענע ניו־יאָרקער טעג — ברוכה לאַנג, אַ ייִדיש־לערערין אין דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט, און אַסיאַ־װײַסמאַן שולמאַן — האָבן גערעדט װעגן זײערע אײגענע פּעדאַגאָגישע אונטערנעמונגען. לאַנג האָט דערהײַנטיקט און פֿאַרברײטערט דעם אינהאַלט פֿון שעכטערס לערנבוך „ייִדיש צװײ“ צו מאַכן עס מער „קאָמוניקאַטיװ,“ לױטן הײַנטיקן שטייגער אין שפּראַך־לערערײַ. ווײַסמאַן־שולמאַן פֿירט אָן מיט דער ייִדיש־לערער־סעמינאַר בײַם ייִדישן ביכער צענטער. בײדע, װי שעכטער, זײַנען סײַ לערערס, סײַ לערערס פֿון לערערס.

צװײ באַזונדערש אינטערעסאַנטע רעפֿעראַטן האָבן אָפּגעשפּיגלט אַספּעקטן פֿון מרדכי שעכטערן װאָס ער האָט אַליין נישט אונטערגעשטראָכן בײַם לעבן. ער האָט אַלע מאָל, לױט מײַן מײנונג, געהאַט אַ ליבע־שׂינאה־באַציִונג צום אַמעריקאַנער ייִדיש. סײַ ער האָט געהאַלטן אין אײן „נאָרמירן“ – דאָס הײסט, שטיצן כּלל־ייִדיש מיטן „פּסקענען“ װעלכע װערטער זײַנען בילכער, און װעלכע נישט. ער האָט אָבער אויך אָפּגעשטאַצט דעם אופֿן װי אַזױ דאָס פּשוטע פֿאָלק רעדט. צװײ געדעכענישן: ער פֿלעג אַרױסשיקן אָדער צעטײלן אין קלאַס פֿרעגבױגנס מיט דער פֿראַגע, „װי אַזױ זאָגט איר …?“ — אָפֿט מאָל װעגן טעכנאָלאָגיע אָדער מאָדערנע טערמינען.

יודזשין אָרענשטיין האָט דערצײלט װי אַזױ ער מיט שעכטערן האָבן צוזאַמען איבערגעזעצט ד”ר מאַרטין לוטער קינגס אַ רעדע פֿאַר „אױפֿן שװעל“ נאָך קינגס אַטענטאַט. װי אַזױ זשע זעצט מען איבער די פֿראַזע „drum major“ — דער טיטל פֿון איינער פֿון קינגס לעצטע דרשות איידער ער איז דערמאָרדעט געוואָרן? ס׳איז שוין געװען אַ פּינקטלעכער עקװיװאַלענט װאָס האָט עקזיסטריט אין די צאַרישע צײַטן, נאָר שעכטער האָט דאָס געפּסלט, װײַל עס טױג נישט, לױט אים, אַז אַזאַ װאָרט זאָל מען ניצן אין אַ רעדע פֿון אַ הײַנטיקן אַמעריקאַנער פֿירער. בעסער דאָס פּשוטע „הױפּט־פּײַקלער“. און אַזוי אַזױ האָט קינג זיך אַלײן אָנגערופֿן אין יענער רעדע, לויט דער ייִדיש־װערסיע.

אין פֿאַרגלײַך מיט שעכטערס אַמביוואַלענץ צום אַמעריקאַנער ייִדיש, האָט דוד ראָסקעס באַטאָנט די בײַטראָגן װאָס דאָס אַמעריקאַנער ייִדיש האָט געמאַכט צו דער שפּראַך. ער האַלט אַז צװישן די עיקר־אױפֿטוען פֿון אַמעריקאַנער  ייִדיש איז די פֿאַרשײדענע מינים ייִדיש, װאָס האָבן עקסיסטירט אינעם לאַנד. ראָסקעס האָט באַצײכנט „פּאָטײטע־ייִדיש“ און דאָס ייִדיש פֿון דער ניו־יאָרקער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ייִדיש“ ווי צוויי וויכטיקע דערגרייכונגען פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום.

די צװײטע רעדע װאָס האָט מיך פֿאַרכאַפּט און דערגאַנצט דאָס בילד פֿון שעכטערן איז געװען פֿון חיה רחל נאָװע, װאָס האָט דערקלערט װי אַזױ דער סאַטמערער רבי האָט געהײסן זײַנע נאָענטע מענטשן דווקא צו ניצן בלױז ייִדיש אין די חדרים און מוסדות פֿון זײַן חסידות. מע מײנט אָפֿטמאָל אַז „ייִדיש רעדט זיך,“ אַז חסידים טוען אַזױ פּאַסיװ, פֿון דער הײם. נײן, האָט נאָװע געזאָגט, די חסידים האָבן דװקא אײַנגעגלידערט אַ סך נישט־געבױערענע ייִדיש־רעדערס אין זײערע רײען (מע קען דאָס צוגלײַכן צו שעכטערס צוגאַנג מיט זײַנע תּלמידים), און בכּויװן געשאַפֿן אַנשטאַלטן צו שטיצן די שפּראַך.

איך פֿלעג אָפֿט אַרײַנגײן צו שעכטער אין ביוראָ, און איך געדענק װי אײן מאָל, האָט ער געהאַלטן אין מיטן שמועסן טעלעפֿאָניש מיט עמעצן אין װײַטן װינקל. אַװעקגעלײגט דאָס טרײַבל, האָט ער זיך געװאָנדן צו מיר. „אַלע װאָך קלינגט מיר אָן דער חסיד מיט אַ רשימה װערטער װאָס איך זאָל פּסקענען צי ער מעג יאָ צי ער טאָר נישט ניצן.“

„פֿאַר װאָס פֿרעגט ער אײַך וועגן דעם?“ האָב איך געװאָלט װיסן.

„ער װיל בעסער לערנען גמרא,“ האָט שעכטער זיך געוויצלט.

כאָטש דאָס באַשרײַבט נישט דעם ייִדיש־צוגאַנג פֿון אַלע חסידים, װי נאָװע האָט אױפֿגעװיזן, איז מיר געפֿעלן שעכטערס װאַרעמע אָפּשאַצונג פֿון יענעם ייִדס פּשוטן צוגאַנג צו שפּראַך.

די קאָנפֿערענץ, מיט איר ברייטער גאַמע געלערנטע און נאָענטע פֿרײַנד, האָט מיך אינספּירירט און דערװעקט בײַ מיר אַ טיפֿערע אָפּשאַצונג פֿון אַלע שעכטערס אױפֿטוען. כּבֿוד זײַן אָנדענק!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.