ווידעאָ: אַ האַרץ־רײַסנדיקער גילגול פֿון מרדכי געבירטיגס ליד, „קינדעריאָרן“VIDEO: Heartbreaking adaptation of Mordechai Gebirtig’s song, ‘My Childhood’
אַ ייִדישע מאַמע אין קאַזאַכסטאַן האָט געשריבן דאָס ליד לזכּרון איר זון משהלע וואָס איז דערהרגעט געוואָרן אין די אָנהייב 1940ער.
ווי אַ טייל פֿונעם מוזיקאַלישן פּראָיעקט Yiddish Glory איז אַרויס אַ נײַע רעקאָרדירונג, וווּ פּסאָי קאָראָלענקאָ זינגט גאָר אַ טרויעריק ליד אויף די ווערטער פֿון אידע ראָזשאַנסקאַיאַ, לויט די מאָטיוון פֿון מרדכי געבירטיגס לידער. לעבנדיק דעמאָלט אַליין אין קאַזאַכסטאַן, האָט די מחברטע פֿאַרלוירן איר זון משהלען, אַ סאָלדאַט פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי, בעת דער גרויסער סטאַלינגראַדער שלאַכט קעגן די נאַציס (הייסט עס, אין 1942 אָדער אָנהייב 1943):
אָך, מײַן קינד, ווי איך פֿלעג דיך דאָך ליבן,
דיך אין חדר קיינמאָל ניט געטריבן,
ניט קיין קנוט, ניט קיין האַנט
איז דיר דאָך גאָר ניט באַקאַנט –
פֿון מיר קיין צייכן איז דיר ניט געבליבן.
…
קינדער־יאָרן, כ׳האָב זיי אָנגעוווירן,
מיט זיי מײַן גאַנצע רו האָב איך פֿאַרלוירן.
ניט קיין מוט, ניט קיין צוועק,
ווײַל דו ביסט אַזוי ווײַט אַוועק –
און איך פֿאַרשעלט דעם טאָג פֿון מײַן געבוירן.
אַ „קנוט‟ איז דער טײַטש אַ קאַנטשיק אויף רוסיש. אין אַלגעמיין, איז דאָס ליד באַגרינדעט אויפֿן טעקסט פֿון געבירטיגס „קינדער־יאָרן‟, נאָר דער מאָטיוו פֿונעם שלאָגן קינדער, ווי מע פֿלעגט טאָן אינעם אַלטן חדר, שטאַמט זיכער פֿון זײַן ליד „משהלע‟. געבירטיג דערמאָנט זיך דאָרט מיט אַן איראָנישער נאָסטאַלגיע דעם רבין, וואָס האַלט „אַ קאַנטשיק איז זײַן האַנט‟; בײַ ראָזשאַנסקאַיאַ ווערט דאָס דווקא נישט ניצן קיין קאַנטשיק אַ סימבאָל פֿון איר ווייכער מוטערלעכער דערציִונג. זי האָט איר משהלען קיינמאָל נישט געשלאָגן, נאָר דאָס האָט אים, נעבעך, נישט געראַטעוועט פֿונעם אַכזריותדיקן טויט.
די טאָראָנטער ייִדיש־פֿאָרשערין אַנאַ שטערנשיס, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אינעם פֿאָלקלאָר פֿון סאָוועטישע ייִדן און האָט אַנטדעקט דעם טעקסט פֿונעם דאָזיקן ליד אין קיִעוו, האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז ראָזשאַנסקאַיאַ האָט אָנגעשריבן צום ווייניקסטן אַכט לידער, געזאַמלט דורכן אַמאַטאָרישן פֿאָלקלאָריסט יעקבֿ מערזאָן. אין קאַזאַכסטאַן, איינער פֿון די געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן, זענען בעת דער מלחמה אַנטלאָפֿן און עוואַקויִרט געוואָרן כּמעט 400 טויזנט פּליטים, על־פּי־רובֿ ייִדן.
שטערנשיס איז זיך משער, אַז ראָזשאַנקאַיאַ האָט געשטאַמט פֿון מיזרח־פּוילן – מעגלעך, פֿונעם שטח פֿון דער הײַנטיקער מערבֿ־אוקראַיִנע. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ ריי אַנדערע עוואַקויִרטע ייִדן, וואָס האָבן באַזונגען סטאַלינען און דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אין זייערע ווערק פֿון יענער תּקופֿה, האָט די מחברטע נאָר ביטער באַוויינט איר אומגעקומענעם זון. דער פֿאָרשערין האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען אַ ביסל אינפֿאָרמאַציע וועגן אים, נאָר זייער ווייניק: מע ווייסט בלויז, אַז אין 1942 האָט מען אים מאָביליזירט און אין עטלעכע חדשים אַרום איז ער דערהרגעט געוואָרן לעבן סטאַלינגראַד (איצט וואָלגאָגראַד). די גענויע דאַטע פֿון זײַן טויט בלײַבט אומבאַקאַנט. אין אַן אַנדער ליד באַקלאָגט זיך די מאַמע, אַז זי האָט בכלל נישט געוואָלט, ער זאָל דינען אין דער אַרמיי.
דער זינגער, פּסאָי קאָראָלענקאָ, האָט באַמערקט בעתן שמועס מיטן פֿאָרווערטס, אַז ראָזשאַנקאַיאַס ליד קלינגט באַזונדערס דראַמאַטיש, הגם די מחברטע איז נישט געווען קיין פּראָפֿעסיאָנעלע דיכטערין – און, אפֿשר, דווקא צוליב דעם. אין פֿאַרגלײַך מיט געבירטיגס געשליפֿענעם מעלאַנכאָלישן טאָן פֿון אַ געניטן פּאָעט, דריקט זי אויס איר טיפֿן פּערזענלעכן ווייטיק און אומעט מיט פּשוטע רירנדיקע ווערטער פֿון אַ פֿאָלק־זינגערין. „זי רירט אָן געוויסע נשמה־סטרונעס,‟ האָט קאָראָלענקאָ געזאָגט.
דער גאָר פּאָפּולערער ייִדישער דיכטער מרדכי געבירטיג (זײַן אמתער פֿאַמיליע־נאָמען איז געווען בערטיג), איז געבוירן געוואָרן אין קראָקע אין 1877, און איז אַליין געפֿאַלן אַ קרבן פֿונעם חורבן אין 1942. נאָכן פּשיטיקער פּאָגראָם, וועלכער האָט אויסגעבראָכן אינעם יאָר 1936, האָט ער געשאַפֿן דאָס באַרימטע ליד „ס׳ברענט‟. אין עטלעכע יאָר אַרום איז דער מחבר צעשאָסן געוואָרן אין דער קראָקעווער געטאָ.
אַפֿילו אויף דער מאַפּע פֿונעם געוועזענעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישלאַנד מיט איר פֿיל־מיליאָניקער ייִדישער באַפֿעלקערונג, איז דאָס שטעטל פּשיטיק געווען אַ רעלאַטיווע זעלטנקייט: פֿאַר דער מלחמה האָבן ייִדן דאָרט באַטראָפֿן 90 פּראָצענט פֿון אירע 3,000 תּושבֿים. פּשיטיק האָט געהאַט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ זיכער אָרט, וווּ ייִדן קענען לעבן שטיל און גליקלעך. די 2,000 פּויערים פֿון אַנדערע ערטער, וועלכע האָבן זיך דאָרט פֿאַרזאַמלט אויפֿן יערלעכן יריד, האָבן אָבער אָנגעהויבן שלאָגן די אָרטיקע ייִדן און פֿאַרברענען זייערע הײַזער. דאָס דאָזיקע געשעעניש, פֿאַרבונדן מיט די שטײַגנדיקע אַנטיסעמיטישע שטימונגען אינעם דעמאָלטיקן פּוילן, איז טאַקע געווען אַ פּרעלוד צו דעם נאַציסטישן גענאָציד. הײַנט ווערן געבירטיגס לידער וועגן דעם ייִדישן אַמאָל אָפֿט אַסאָציִיִרט מיטן חורבן, דערפֿאַר קלינגט ראָזשאַנסקאַיאַס גילגול פֿון זײַנע „קינדער־יאָרן‟ טיפֿער און פֿילטײַטשיקער, ווי די מחברטע אַליין האָט, מסתּמא, געמיינט.
אין דעם ווידעאָ־קליפּ פֿונעם ליד זעט מען אינעם הינטערגרונט אַ טייל פֿון ראָזשאַנקאַיאַס כּתבֿ־יד. מע קאָן גלײַך מאַכן עטלעכע אויספֿירן: זי האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער שול, ווײַל איר ייִדיש איז ריין ליטעראַריש און די האַנטשריפֿט איז אויסערגעוויינטלעך קלאָר. ס׳איז אינטערסאַנט, אַז זי ניצט נישט דעם סאָוועטישן אויסלייג; דאָס לשון־קודשדיקע וואָרט „מרה־שחורה‟ שרײַבט זי אויפֿן טראַדיציאָנעלן נישט־פֿאָנעטישן שטייגער.
אין דער רעקאָרדירונג, פּראָדוצירט דורך דניאל ראָזענבערג, האָבן זיך אויך באַטייליקט: יאָלאַנדאַ ברונאָ און עמילי קרוספּע (פֿידל), בעט סילווער (טשעלאָ), קעטרין גריי (וויאָלע) און עריק אַבראַמאָוויץ (קלאַרנעט).
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO