Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

צי דאַרף מען מינימום־סטאַנדאַרטן פֿאַר דער דערציִונג פֿון חסידישע קינדער? Do we need to set minimum standards for the education of Hasidic children?

אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן איז נישט באמת דאָ קײן איינהייטלעכע דעפֿיניציע פֿון וואָס איז ריכטיק און וואָס איז נישט.

דער אַרטיקל אין דער „ניו יאָרק טײַמס“ וועגן די חסידישע מוסדות האָט אַוודאי אַרויסגערופֿן אַ סך היציקע אָפּרופֿן. וואָס שייך די פֿאַלן פֿון שלאָגן קינדער און גנבֿענען געלט, ווערן די זאַכן פּרטימדיק איבערגעגעבן אין אַרטיקל, איז מיר שװער זיי אָפּצושלאָגן. כ׳האָב אָבער נישט געזען, װי מע רעדט אַרום דעם שװאַכסטן פּונקט פֿון דעם טײַמס’ אַרגומענט.

די פֿראַגע איז, צי איז כּדאַי, אַז די חסידישע מוסדות זאָלן נישט פֿאָלגן די זעלבע דערציִונג־סטאַנדאַרטן, װאָס די עפֿנטלעכע ניו־יאָרקער שולן? דאָס גײט נישט אין אַ קורס דאָ צי דאָרטן, עס גײט אין עיקרדיקע אונטערשײדן װעגן די זאַכן װאָס מע האַלט פֿאַר װיכטיק. איז געשיכטע װיכטיק? פֿיזיק? שפּאַניש? אָדער צוריקגערעדט – איז דער עיקר בײַ די מוסדות לערנען גמרא און חומש, אפֿשר מיט אַ שמץ דיקדוק און נבֿיא? ווי עס גייט דאָס פּאָפּולערע ליד: װאָס איז װיכטיק און װאָס איז נישט?

אײן פּונקט האָט די טײַמס אונטערגעשטראָכן – אַז פֿון די חסידישע מוסדות קומען אַרױס תּלמידים װאָס קענען זיך נישט אַקטיוו באַטײליקן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.

און דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. װאָס װילן מיר זען פֿון די קינדער אין גאַנצן לאַנד, סײַ סעקולערע, סײַ חסידישע, און צי האָבן נישט די חרדים דאָס רעכט אַלײן צו באַשליסן וואָס זייערע קינדער זאָלן זיך לערנען? װער באַשליסט וואָס זענען די ריכטיקע סטאַנדאַרטן פֿאַר דערציִונג, און װאָס זײַנען זײַנע צילן?

אין דעם וויכּוח האָבן זיך לעצטנס באַטײליקט דײװיד מײַערס און נעמי שטאָלצנבערג — צװײ פֿאָרשער און מחברים פֿון אַ בוך וואָס גיט איבער די געשיכטע פֿונעם חסידישן שטעטל קרית־יואל און װי אַזױ די אַמעריקאַנער יורי־סיסטעם האָט דערמעגלעכט זײַן גרינדונג און וווּקס. אין אַ רובריק אין דער פּרעסטיזשדיקער אַמעריקאַנער אױסגאַבע „די אַטלאַנטיק,“ האָבן זײ אונטערגעצױגן אַזאַ סך־הכּל:

„ס׳איז באַזונדערש װיכטיק אױפֿצוהיטן מינימאַלע דערציִונג־פֿאָדערונגען פֿאַר אַלע קינדער אין שײַכות מיטן דעמאָקראַטיע־קריזיס װאָס דאָס לאַנד מאַכט אַדורך, בפֿרט נאָך דער װידערשפּעניקונג פֿון 6טן יאַנואַר. […] די אַמעריקאַנער מוזן זיך באַמיִען צוריקצודרײען דאָס רעדל אין דער פֿאַרקערטער ריכטונג, אױסצודריקן דעם אידעאַל פֿון אַ בשותּפֿותדיקער גוטסקײט, צו פֿאַרשטאַרקן די װערטן און אַנשטאַלטן פֿון דעמאָקראַטיע.“

מיט אײן װאָרט, די מחברים טענהן אַז ס׳איז פֿאַראַן אַזאַ מין בשותּפֿותדיקע מײנונג אין די פֿאראײניקטע שטאַטן װעגן דעם, װאָס עס הײסט „טובֿת־כּלל“, און אַז די דערציִונג פֿון חסידישע קינדער, וואָס ווערט געשטיצט דורך עפֿנטלעכע געלטער, מוז דאָס באַשיצן.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן איז נישטאָ קײן איינהייטלעכע דעפֿיניציע פֿון וואָס איז ריכטיק און וואָס איז נישט. לאָמיר אָנכאַפּן, צום בײַשפּיל, די קאָנסטיטוציע, װאָס האָט בײַם אָנהײב באַהאַנדלט די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער היפּש אַנדערש װי די װײַסע. אַפֿילו הײַנט, האָבן מענטשן אין טײל שטאַטן מער שטימרעכט װי אַנדערע, װײַל דער סענאַט טײלט צו מער רעפּרעזענטאַציע צו יענע װאָס וווינען אין געװיסע שטאַטן. איז װעגן װעלכן „גוטס“ גײט דאָ די רײד: פֿון טעקסאַס צי פֿון װײַאָמינג? װי אַזױ טראַכטן פֿאַרשײדענע מענטשן װעגן דעם? ס׳איז גאָר נישט אַזױ פּשוט.

אַז מע פֿרעגט בײַ אַמעריקאַנער אַלײן, זעט מען באַלד, אַז נישט אַלע האָבן די זעלבע מיינונג, וואָס זאָלן זײַן די פּריאָריטעטן, צי װערטן, פֿון לאַנד, און װי אַזױ מע דאַרף זײ אַדורכפֿירן. טײל האַלטן, אַז מע זאָל באַהאַנדלען יעדן איינעם גלײַך; אַנדערע, אַז מע זאָל פּרוּװן פֿאַרקלענערן די בלויזן צװישן גבֿירים און אָרעמע־לײַט; אַנדערע מײנען, װידער, אַז מע זאָל שטרענג באַשיצן די װערטן װאָס זײַנען די סאַמע „אַמעריקאַנישסטע“, און שטאַרק באַהיטן די גרענענצן קעגן אימיגראַנטן און פּליטים.

איך באַמערק דאָס כּדי אָנצוּװײַזן, אַז ס׳איז נישטאָ קײן אײן און אײנציקער צוגאַנג צו „אַמעריקאַנישקייט“ אָדער אַמעריקאַנער ווערטן.

די חסידים זײַנען נישט קיין אײנהײטלעכע גרופּע. נאָר אַזױ פֿיל קען מען זאָגן: נישט אַלע חסידים האָבן די זעלבע מײנונג װעגן אַמעריקע. טײל חסידים האַלטן אַז מע זאָל זיך וואָס מער דערװײַטערן פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, און אַנדערע — אַז מע זאָל די אַסימילירטע ייִדן מקרבֿ זײַן.

איז װאָס קען מען זאָגן װעגן די בשותּפֿותדיקע צילן פֿון דערציִונג, און זאָל מען צװינגען די חסידים זײ צו פֿאָלגן?

איך שרײַב דאָס װי אַ סקעפּטיקער װעגן רעגירונגען בכלל, און ווי איינער װאָס װיל, אַז אַלע קינדער זאָלן זיך לערנען לימודים װאָס פֿאַראינטערעסירן זײ, און װאָס זײערע קהילות האַלטן פֿאַר װיכטיק.

פֿאַראַן שול־סיסטעמען װאָס פּרוּװן דערמאָקראַטיש דערגײן װאָס מע זאָל לערנען מיט די תּלמידים, װאָס נעמט אַרום די אינטערעסן פֿון גרופּעס און יחידים, און װוּ די אָנפֿירערס דערפֿון דאַרפֿן אָפּגעבן אַ געוויסן דין־וחשבון די עלטערן, און, אַ סך זעלטענער — די תּלמידים אַלײן.

װאָס שײך די חסידישע מוסדות האָבן מיר דאָס ערגסטע פֿון בײדע װעלטן: סײַ די דרױסנדיקע רעגירונגען װילן אַרױפֿלײגן זײערע סטאַנדאַרטן אױף די דערציִונג־אַנשטאַלטן, סײַ די חסידים אַלײן באַשטימען נישט, אױף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן, װאָס מע זאָל לערנען מיט די קינדער. װי עס זאָגן אַ סך אינעווייניקסטע עדות, הערשט אָפֿטמאָל אַ שטרענגע דאָגמאַ אין די מוסדות װאָס מע טאָר נישט אָפּװײַכן דערפֿון.

איך װײס נישט װי אַזױ מע קען איבערמאַכן די חסידישע לערן־אַנשטאַלטן אױף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן אויפֿן סמך פֿון די פֿאַרלאַנגען פֿון חסידישע עלטערן אַלײן. דאָס װענדט זיך אין זײ. איך האַלט אָבער יאָ, אַז די באַװײַזן פֿון גנבֿה און גװאַלד־מעשׂים קעגן קינדער, ווי מע האָט פֿאַרצײכנט אינעם „טײַמס“־אַרטיקל, זײַנען אַזױ איבערצײַגעװדיק, אַז מע טאָר דאָס נישט לאָזן אָנגיין.

עס װעלן װײַטער הערשן װײַט־גרייכיקע שינויים אין די חסידישע מוסדות, הײסט עס, ביז מע װעט קענען געפֿינען מיטלען אײַנצופֿירן אַ דערציִונג װאָס איז מענטשלעך, וואָס איגנאָרירט נישט די קאָרופּציע, און באַזירט זיך אױף באַשלוסן געמאַכט פֿון די עלטערן אַלײן.

גלײַכצײַטיק דאַרפֿן אַדורכגעפֿירט ווערן אַזעלכע שינויים אין אַלע שולסיסטעמען. זאָלן מיר אַלע פֿירן אָפֿענע שמועסן וועגן דעם וואָס מיר ווילן פֿאַר אונדזערע קינדער, פֿרום צי פֿרײַ, זאָל זײַן מיט צי אָן אַ זשורנאַליסטישער אויספֿאָרשונג.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version