סאַטמערער ישיבֿה אין ברוקלין איז זיך מודה אין האָבן אָפּגעשווינדלט די רעגירונגSatmar Yeshiva in Brooklyn admits to defrauding the government
דער יוסטיץ־דעפּאַרטעמענט האָט דעם גאַנצן פּסק אַרויסגעגעבן אויף ייִדיש — מסתּמא צום ערשטן מאָל אין זײַן געשיכטע.
מאָנטיק, דעם 24סטן אָקטאָבער, האָט אַ סאַטמערער ישיבֿה אין וויליאַמסבורג זיך מודה געװען אין אָפּשװינדלען די רעגירונג.
נאָך אַן אָפּמאַך מיט דעם פּראָקוראָר פֿונעם מזרחדיקן דיסטריקט פֿון ניו־יאָרק, האָט די „ישיבֿה תּורה ויראה דרבינו יואל מסאַטמאַר“ געזאָגט אַז זי האָט אויסגעניצט דער רעגירונגס געלט, װאָס האָט געזאָלט גיין פֿאַרן באַשפּײַזן נויטבאַדערפֿטיקטע תּלמידים, אויף מסיבות פֿאַר דערוואַקסענע און אַנדערע זאַכן.
לויט דעם יוסטיץ־דעפּאַרטעמענט, האָט די ישיבֿה מסכּים געװען צוריקצוצאָלן דאָס געלט װאָס באַטרעפֿט דרײַ מיליאָן דאָלאַר, און דערצו אַ קנס פֿון פֿינף מיליאָן.
ווי אַ פּועל־יוצא דערפֿון האָט דער יוסטיץ־דעפּאַרטעמענט, מסתּמא צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע, איבערגעזעצט דעם גאַנצן פּסק אויף ייִדיש, װאָס איר קענט אַליין איבערלייענען דורכן געבן אַ קװעטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO