Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די ערשטע ייִדישע ליטעראַרישע אָפּרופֿן אױפֿן מאַסנמאָרד אין באַבי יאַרThe first Yiddish literary responses to the Babyn Yar massacre

ווען קיִעווער ייִדן האָבן דורכגעפֿירט אַ הזכּרה אויפֿן דריטן יאָרצײַט, האָט מען עס באַשריבן אין אַ באַריכט און אַ פּאָעט האָט געשאַפֿן אַ ליד לזכּרון די קרבנות.

נאָך דעם װי די רױטע אַרמײ האָט באַפֿרײַט קיִעװ אין נאָװעמבער 1943 האָבן ייִדן פּאַמעלעך אָנגעהױבן זיך אומצוקערן אין דער שטאָט.

אַ היפּשע צאָל געבײַדעס זענען צעשטערט געװאָרן צוליב די שלאַכטן פֿון 1941 – 1943 און עס איז געװען אַ גרױסער דוחק אין װױנונגען ווײַל בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע האָבן זיך אין קיִעװ באַזעצט אַ סך נײַע תּושבֿים, װאָס זײַנען געקומען פֿון די אַרומיקע סבֿיבֿות. די װידער אױפֿגעשטעלטע סאָװעטישע מאַכט האָט ניט געהאַט קײן חשק צו העלפֿן די צוריקגעקומענע ייִדן צוריקצובאַקומען זײערע דירות. די אַנטיסעמיטישע געפֿילן סײַ בײַ דער באַפֿעלקערונג סײַ בײַ דער אַדמיניסטראַציע זײַנען געװען גאַנץ שטאַרק. פֿון מאָל צו מאָל האָבן זיך אױפֿגעפֿלאַקערט בלוטיקע געשלעגן; מען האָט מורא געהאַט, אַז עס קען נאָך אױסברעכן אַ פּאָגראָם.

אין אַזאַ מין אַטמאָספֿער האָבן די קיִעװער ייִדן אין 1944, צום ערשטן מאָל, אָפּגעמערקט דעם ביטערן יאָרצײַט פֿון דעם מאַסנמאָרד פֿון קיִעװער ייִדן אום יום־כּיפּור אין סעפּטעמבער 1941. דער קיִעװער ייִדישער שרײַבער אַבֿרהם קאַגאַן, װעלכער איז דעמאָלט געװען דער אוקראַיִנער קאָרעספּאָנדענט פֿאַר דער מאָסקװער צײַטונג „אײניקײט‟, האָט געשיקט אַ באַריכט װעגן דער ערשטער ייִדישער מאַסן־פֿאַרזאַמלונג אין באַבי יאַר דעם 29סטן סעפּטעמבער 1944. דעם באַריכט האָט דער ייִדישער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט פֿאַרשפּרײט איבער פֿאַרשײדענע אױסלענדישע נײַעס־אַגענטורן.

„אין טאָג פֿון יאָרצײַט זײַנען פֿון אין דער פֿרי ביז שפּעט אין נאַכט געגאַנגען מענגעס מענטשן אין דער ריכטונג פֿון ‘באַבי יאַר’,“ האָט קאַגאַן געשריבן. „מיליטערישע, אָנגעשטעלטע, װײַבער מיט קינדער, עלטערע און יונגע. דאָס זײַנען אַלע אַזעלכע, װעלכע האָבן זיך אומגעקערט פֿון עװאַקואַציע קײן קיִעװ. כּמעט יעדערער פֿון זײ האָט עמעצן פֿאַרלױרן אין דעם גרױסן ‘טאָל פֿון טרערן’ — אין ‘באַבי יאַר’ — װער אַ פֿאָטער, אַ מוטער, אַ שװעסטער, אַ ברודער, אַ װײַב, קינדער און גאַנצע פֿאַמיליעס. אַלע יענע, װעלכע האָבן ניט באַװיזן צו אַנטלױפֿן פֿון קיִעװ און זײַנען געפֿאַלן קרבנות פֿון היטלערס מערדערס.‟ עס איז מערקװירדיק, אַז דער לעצטער זאַץ אין קאַגאַנס כּתבֿ־יד איז אויסגעשטראָכן — אַ סבֿרא, אַז די סאָװעטישע צענזור האָט ניט געװאָלט דערמאָנען אָן דער מפּלה פֿון דער רױטער אַרמײ, װאָס האָט איבערגעלאָזט ייִדן אין די הענט פֿון די דײַטשן.

לױט די כּללים פֿון דער סאָװעטישער מלחמה-פּראָפּאַגאַנדע האָט מען געמוזט אָנהאַלטן אַ גלײַכגעװיכט צװישן די יסורים פֿון דער באַפֿעלקערונג און דער גבֿורה פֿון דער רױטער אַרמײ. קאַגאַן שרײַבט װײַטער אין זײַן באַריכט: „דער עלטערער לײטענאַנט עזריאל שטאַרקמאַן איז געקומען פֿון פֿראָנט קײן קיִעװ אין אורלױב אױף עטלעכע טעג. ער האָט געזוכט אַ שפּור פֿון זײַנע עלטערן. שכנים האָבן אים דערצײלט, אַז זײַנע עלטערן האָבן ניט אױסגעמיטן דעם גורל פֿון אַלע ייִדן, װעלכע זײַנען פֿאַרבליבן אין קיִעװ… עזריאל שטאַרקמאַן איז אין טאָג פֿון שרעקלעכן יאָרצײַט געקומען צום ‘טאָל פֿון טרערן’, װי די קיִעװער ייִדישע באַפֿעלקערונג רופֿט דעם ‘באַבי יאַר’, און דאָרט געטראָפֿן פֿיל ייִדן. ער איז געשטאַנען אַ דערשלאָגענער און זיך צוגעהערט צו די מאָלעס [די תּפֿילה ‘אל מלא רחמים’], װאָס פֿרומע ייִדן האָבן געמאַכט זײערע פֿאַרשניטענע קרובֿים. ער האָט זיך צוגעהערט צו די געװײנען און יללות פֿון די פֿרױען, װעלכע האָבן זיך דערמאָנט אין גרױסן אומגליק, װאָס האָט געטראָפֿן זײערע אײגענע. […] דעם ערשטן, װאָס איז אים געקומען פֿאַר די אױגן, האָט שטאַרקמאַן געזאָגט — ‘איך, עזריאל בן יעקבֿ הכּהן שטאַרקמאַן שװער, אַז איך װעל שנײַדן שטיקער פֿון די מערדערס, איך פֿאָר פֿון דאַנען צוריק אױפֿן פֿראָנט… און גלױבט אין מײַן נקמה.’ אַלע האָבן געקוקט אױף דעם אױפֿגערעגטן לײטענאַנט. מע האָט אים געגלױבט, אַז ער און נאָך אַזעלכע װי ער װעלן זיך נוקם זײַן.‟

קאַגאַנס באַריכט פֿאָלגט די סאָװעטישע אידעאָלאָגישע כּללים, אָבער דערבײַ טראָגט ער אַ ספּעציעלן ייִדישן באַטײַט. דער לײטענאַנט שטאַרקמאַן זאָגט אַרױס זײַן נאָמען כּלומרשט מען רופֿט אים צו דער תּורה. און װי אַ כּהן באַקומט ער די ערשטע „עליה‟ צו נעמען נקמה פֿאַר די ייִדישע קרבנות.

נאָך אײן מערקװירדיקער דאָקומענט פֿון יענער צײַט האָט זיך אָפּגעהיט אינעם אַרכיװ פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט: דאָס ליד „באַבי יאַר‟ פֿונעם דיכטער שלמה טשערניאַװסקי (1909—1974). דער כּתבֿ-יד איז דאַטירט „קיִעװ, יול 1944‟ און דאָס ליד איז אָנגעשריבן געװאָרן נאָך פֿאַר דער יאָרצײַט־פֿאַרזאַמלונג אין סעפּטעמבער — אויפֿן טראַדיציאָנעלן ייִדישן סטיל פֿון אַ קינה מיט אָפּקלאַנגען פֿון חיים נחמן ביאַליקס ליד „אין שחיטה־שטאָט‟׃

„אײן האַרץ איז װײניק מיר און אײן פּאָר אױגן,

און פֿאַר דעם װײגעשרײ איז שװאַך מײַן קול.

קומט ברידער לױטן בלוט די קעפּ פֿאַרנײגן,

קומט, מענטשן־פֿרײַנט, מיט מיר אין שױדער-טאָל!‟

דער דיכטער װענדט זיך צו דעם לײענער:

„…אַ בינטל האָר, אַן אָפּגעברענטער שאַרבן —

אױף בלוט־פֿאַרקילטן, אַשיק־גרױען זאַמד…

זאָג, װוּ ביסטו געװען בײַ זײער שטאַרבן,

אױב האָסט דעם טױט פֿון זײ דאַן ניט פֿאַרצאַמט!

]…[

ס‘איז אױסגעגלײַכט די ערד, ניטאָ קײן קבֿרים,

קײן בײמעלעך האָט קײנער ניט פֿאַרפֿלאַנצט,

און ס’איז מײַן װאָרט איצט אָנמעכטיק און אָרעם

כ’זאָל אױפֿפֿלעכטן פֿאַר זײ אַן אָנדענק־קראַנץ.‟

סײַ קאַגאַנס באַריכט און סײַ טשערניאַסקיס ליד זײַנען פֿאַרבליבן אומבאַקאַנט אי אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אי אין אױסלאַנד. זינט סוף־1940ער יאָרן האָט די סאָװעטישע פּראָפּאַגאַנדע פֿאַרשװיגן דעם חורבן בכּלל און די ייִדישע קרבנות אין באַבי יאַר בפֿרט. דער גורל פֿון קאַגאַן און טשערניאַװסקי איז ניט געװען אַ ביטערער. קאַגאַנען האָט מען אַרעסטירט אין יאַנואַר פֿון 1949 און באַשולדיקט אין שפּיאָנירן פֿאַר אַמעריקע. בעת די פֿאַרהערן האָבן די אױספֿאָרשער פֿון דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ פֿון אים ברוטאַל אױסגעשלאָגן אַן אָנערקענונג פֿון זײַן „שולד‟. ער האָט באַקומען אַן אורטײל פֿון צען יאָר אין תּפֿיסה-לאַגער אָבער איז באַפֿרײַט געװאָרן נאָך סטאַלינס טױט אין 1955. טשערניאַװסקי איז געװען אַן אינװאַליד און האָט אױסגעמיטן תּפֿיסה. ער האָט פֿאַרדינט זײַן אָרעם שטיקל ברױט דורך פֿאַרקױפֿן צײַטונגען אין אַ בודעלע אױף אַ קיִעװער גאַס. פֿון מאָל צו מאָל האָט ער געקענט דרוקן זײַנע לידער אינעם זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד‟. ערשט נאָך זײַן טױט איז אַרױס אַ זאַמלבוך פֿון זײַנע לידער אין דער רוסישער איבערזעצונג, און דאָרט געפֿינט זיך אַ פּאָעטישער אָפּרוף אױף אָט דעם ניט-געדרוקטן ליד פֿון 1944.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version