Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זענען די דינאָזאַווערס אויסגעשטאָרבן צוליב אַטמאָספֿער־בײַטן?Did atmospheric changes kill the dinosaurs? 

די וויסנשאַפֿטלער וואָרענען, אַז מיר קאָנען שאַפֿן אויף דער ערד די זעלבע באַדינגונגען, וואָס האָבן גורם געווען אַ גלאָבאַלע קאַטאַסטראָפֿע.

די סיבות, פֿאַרוואָס די דינאָזאַווערס זענען מיט אַרום 66 מיליאָן יאָר צוריק פּלוצעם פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, בלײַבט נאָך אַלץ אַ רעטעניש. אַ גרופּע פֿאָרשער האָט לעצטנס געבראַכט נײַע ראַיות, אַז אין דער דעמאָלטיקער קאַטאַסטראָפֿע איז געווען שולדיק נישט אַן אַסטעראָיִד, נאָר וווּלקאַנישע פּראָצעסן. מיט דער פֿאָרשונג האָט אָנגעפֿירט דער דאַרטמוט־קאָלעדזש, ניו־העמפּשיר.

ד”ר פּאָל רען, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון געאָלאָגיע און דער דירעקטאָר פֿונעם געאָכראָנאָלאָגישן צענטער אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע, האָט, צוזאַמען מיט צוויי אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָרן, טעאָדאָר גרין און ד״ר ס. ברענין קעלער, דערוויזן, אַז פּונקט אין יענער תּקופֿה, ווען די דינאָזאַווערס זענען אויסגעשטאָרבן, זענען פֿאָרגעקומען ריזיקע וווּלקאַנישע אויסבראָכן, וואָס האָבן געביטן דעם בײַשטאַנד פֿון דער ערד־אַטמאָספֿער. די דרײַ וויסנשאַפֿטלער האָבן זיך באַנוצט מיט אַ סופּער־קאָמפּיוטער –  גענויער צו זאָגן, מיט אַ קלאַסטער פֿון איבער 3,000 לינוקס־קאָמפּיוטערס, וואָס געהערן צום דאַרטמוט־קאָלעדזש. זיי האָבן באַשטעטיקט, אַז די שאַנסן פֿון אַ מאַסן־קאַטאַסטראָפֿע צוליב די וווּלקאַנען איז זייער הויך און שטימט מיט דער אינפֿאָרמאַציע וועגן דער דינאָזאַווער־פֿאַרשווינדונג, אַ סך מער ווי די אַסטעראָיִד־טעאָריע.

קעלער און גרין באַמערקן, אַז אונדזער הײַנטיקע מענטשלעכע ציוויליזאַציע פֿאַרפֿעסטיקט אויך די אַטמאָספֿער מיטן קוילנשטאָף־גאַז. דערווײַל איז די קינסטלעכע פֿאַרפֿעסטיקונג קלענער, ווי די רעזולטאַטן פֿון יענע אוראַלטע וווּלקאַנישע אויסבראָכן, נאָר עס באַווײַזן זיך שוין סימנים, אַז אויב מיר וועלן ווײַטער פֿאַרשמוצן די לופֿט, קאָנען מיר אין דער צוקונפֿט גורם זײַן אַן ענלעכן חורבן.

די פֿאַרשווינדונג פֿון דינאָזאַווערס איז דער סאַמע באַוווּסטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ מין געשעעניש אויף אונדזער פּלאַנעט. אין דער אמתן, זענען אין דער געשיכטע פֿון דער ערד געשען אַ גאַנצע ריי אַזעלכע קאַטאַסטראָפֿעס; דער אומקום פֿון דינאָזאַווערס איז געווען איינער פֿון די פֿינף גרעסטע, נאָר ניט דער גרעסטער פֿאַל אַזאַ.

אויף וויפֿל מע ווייסט, האָט די גרעסטע גלאָבאַלע קאַטאָסטראָפֿע אויסגעבראָכן בערך 252 מיליאָן צוריק, צווישן דעם פּערמער און טריאַסער פּעריאָד. מע איז זיך משער, אַז פֿון 90 ביז 96 מינים לעבעדיקע באַשעפֿענישן זענען דעמאָלט אויסגעשטראָבן, אַרײַנגערעכנט די טרילאָביטן – ים־חיות, וואָס טרעפֿן זיך גאַנץ אָפֿט פֿאָסיליצירט אין שטיינער פֿון דער פּערמער און פֿריִערדיקע תּקופֿות, פֿון 252 ביז 521 מיליאָן יאָר צוריק.

פֿריִער זענען געשען נאָך צוויי ריזיקע קאַטאַסטראָפֿעס. בערך מיט 440–450 מיליאָן יאָרן צוריק, צווישן דער אָרדאָוויקער און סילורישער תּקופֿה, זענען פֿאַרשוווּנדן בערך 85 פּראָצענט פֿון אַלע לעבן־מינים. שפּעטער, בערך מיט 370 מיליאָן יאָר צוריק, זענען אַרום 70 פּראָצענט מינים באַשעפֿענישן אויף דער ערד אומגעקומען במשך פֿון 20 מיליאָן יאָר, ווען אַ גאַנצע ריי קלענערע קאַטאַסטראָפֿעס זענען געשען איינע נאָך דער צווייטער.

אַן אַנדער וויכטיקער בײַט איז געשען אויף אונדזער פּלאַנעט מיט 201.3 מיליאָן יאָר צוריק. דאָס איז געשען רעלאַטיוו גיך, דערפֿאַר האָבן די וויסנשאַפֿטלער אויסגערעכנט די צײַט זייער גענוי. ביז דרײַ פֿערטל פֿון אַלע מינים בעלי־חיים און געוויקסן זענען דעמאָלט אויסגעגאַנגען; דווקא אין יענער תּקופֿה – דעם יוראַ־פּעריאָד – האָבן זיך אויף דער ערד פֿאַרשפּרייט די ריזיקע דינאָזאַווערס.

ווי געזאָגט, דערמאָנען אונדז די דאָזיקע פֿאָרהיסטאָרישע געשעענישן, אַז מיר מוזן פֿאַרהיטן דאָס לעבן אויף אונדזער פּלאַנעט. אַ סך וויסנשאַפֿטלער באַטאָנען, אַז מיר, די מענטשן, זענען הײַנט דער גרעסטער דעסטרוקטיווער פֿאַקטאָר, וואָס שאַט דער עקאָלאָגיע פֿון אונדזער פּלאַנעט. אויב גלאָבאַלע צרות זענען שוין אַ סך מאָל געשען אין דער געשיכטע פֿון דער ערד, קאָנען זיי, חלילה, ווידער געשען – דאָס מאָל צוליב דער מענטשלעכער טעטיקייט.

אַ דאַנק די הײַנטיקע טעכנאָלאָגיעס, זענען די הײַנטיקע געאָלאָגן בכּוח צו מאָדעלירן – נאָכמאַכן אויפֿן קאָמפּיוטער – די פּראָצעסן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין די אַמאָליקע געאָלאָגישע תּקופֿות – ווי אויך זיי פֿאָרצושטעלן דעם ברייטן עולם אויף אַ פֿאַרכאַפּנדיקן אינטעראַקטיוון אופֿן. איין פּראָיעקט אַזאַ הייסט „דער גלאָבוס פֿון דער אוראַלטער ערד‟. אויף דער דאָזיקער וועבזײַט, געווידמעט פֿאַרשיידענע דינאָזאַווערס, קאָנט איר אויסקלײַבן אַ געוויסן פּונקט אָדער עטלעכע פּונקטן אויף דער הײַנטיקער ערד־מאַפּע און זען, וווּ זיי זענען געווען –  דהײַנו, די טעקטאָנישע פּליטעס אונטער זיי – מיט 50, 200 און אַפֿילו 750 מיליאָן יאָר צוריק.

די אוראַלטע ערד־מאַפּעס אויף דער דערמאָנטער וועבזײַט האָט זיך אײַנגעגעבן צו רעקאָנסטרויִרן צוליב דעם גרויסן סכום אינפֿאָרמאַציע, וואָס די וויסנשאַפֿטלער האָבן שוין געזאַמלט וועגן די געאָלאָגישע פּראָצעסן. למשל, מיט 200 מיליאָן יאָר צוריק איז אויף דער ערד געווען בלויז איין ריזיקער סופּער־קאָנטינענט: פּאַנגעיאַ. הײַנט ווייסן מיר וועגן אים אַ סך פּרטים – הגם, פֿאַרשטייט זיך, לאַוו־דווקא אויף 100% גענוי.

אַ סך מענטשן, וואָס זענען נישט באַקאַנט מיט געאָלאָגיע, וועט, אַפּנים, פֿאַרחידושן, אַז די ערד אַליין האָט אַמאָל אויסגעזען ראַדיקאַל אַנדערש. למשל, דער שטח, וווּ ס׳געפֿינט זיך הײַנט ניו־יאָרק, איז אַמאָל געווען לעבן מאַראָקאָ. פּונקט אויף דער ליניע, וווּ עס האָט זיך שפּעטער באַוויזן דער אַטלאַנטישער אָקעאַן, האָט די ערד זיך אַמאָל פּאַמעלעך צעשפּאָלטן און במשך פֿון מיליאָנען יאָר זיך צעגאַנגען אויף טויזנטער מײַל.

אַחרון אַחרון חבֿיבֿ: בלויז די גרויסע דינאָזאַווערס זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. די קליינע און באַפֿליגלטע האָבן זיך מיט גרויס דערפֿאָלג ווײַטער פֿאַרשפּרייט, זיך אַנטוויקלט און לעבן איבעראַל אַרום אונדז; עס טרעפֿן זיך אַפֿילו כּשרע מינים דינאָזאַווערלעך: דאָס זענען זייערע דירעקטע אָפּשטאַמלינגען: די פֿייגל.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.