דער פֿאַרגעסענער בײַטראָג פֿון מאָריס סעמיועל צו דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור The forgotten contributions of Maurice Samuel to American Jewish culture
דער רומעניש־געבוירענער איבערזעצער האָט באַקענט דעם ברײטן אַמעריקאַנער עולם מיט דער ייִדישער ליטעראַטור.
בערך הונדערט יאָר צוריק, װען ייִדיש האָט געבליט אין אַמעריקע, זײַנען די װערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור געװען קױם באַקאַנט מחוץ דעם ייִדיש־רעדנדיקן עולם אין אַמעריקע. אָבער מיט דער ירידה פֿון דער װעלטלעכער קולטור אױף ייִדיש איז דער אינטערעס צו איר קולטור־ירושה דווקא געװאַקסן. הײַנט געפֿינט זיך אַ רײַכער קאָרפּוס פֿון ייִדישע װערק אין דער ענגלישער איבערזעצונג, װאָס וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר.
װי אַזױ זשע איז פֿאָרגעקומען אָט דער איבערגאַנג? װען האָט די ייִדיש־ליטעראַטור אַריבערגעטראָטן די מחיצה צװישן ייִדיש און ענגליש, און װער איז געװען איר מליץ־יושר אין דער ברײטערער װעלט פֿון ענגליש?
אַן ענטפֿער אױף די דאָזיקע פֿראַגעס געפֿינט מען אין אַלאַן לעװענסאָנס ביאָגראַפֿישער שטודיע „מאָריס סעמיועל׃ לעבן און בריװ פֿון אַ װעלטלעכן ייִדישן משה־קאַפּױער‟. געבוירן איז ער מיטן נאָמען משה װײַסבוך (און שפּעטער האָבן זײַנע פֿרײַנד אים טאַקע גערופֿן — מויש) אין 1895 אינעם רומענישן שטעטל מעטשין. אַרום 1900 האָט די משפּחה אימיגרירט, לכתּחילה קײן פּאַריז, און דערנאָך אין מאַנטשעסטער, ענגלאַנד, װוּ זײ האָבן געביטן דעם נאָמען אױף סעמיועל.
פּאַריז האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אױפֿן יונגן משה, און ער האָט שפּעטער שטודירט פֿראַנצײזיש אינעם מאַנטשעסטער אוניװערסיטעט. זומער 1914 האָט דער יונגערמאַן װידער פֿאַרבראַכט אין פּאַריז, אָבער גלײַך נאָכן אױסבראָך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט ער זיך אַריבערגעקליבן קײן ניו־יאָרק. דאָס האָט אים געראַטעװעט פֿון דער מאָביליזאַציע אין דער בריטישער אַרמײ און פֿון אַ מעגלעכן טױט אױפֿן פֿראָנט. אין 1917 האָט מען אים רעקרוטירט אין דער אַמעריקאַנער אַרמײ, און צוליב זײַן קענטעניש פֿון פֿראַנצײזיש האָט ער געדינט אין פֿראַנקרײַך אין דער אױסשפּיר־דינסט.
אַזױ אַרום איז סעמיועל װײַט ניט געװען קיין טיפּישער אימיגראַנט פֿון מזרח־אײראָפּע. ער האָט געקענט ייִדיש פֿון דער הײם און לשון־קודש פֿון חדר, אָבער זײַן בריטישער אַקצענט האָט געקלונגען װי „דעם קעניגס ענגליש‟, און ער איז געװען אָנגעלײענט אין דער ענגלישער, פֿראַנצײזישער און דײַטשישער ליטעראַטור. דערצו האָט ער געהאַט אַ שטאַרקן כּוח־הזכּרון און געקענט פֿאַרגעדענקען גאַנצע זײַטן אױף פֿאַרשײדענע שפּראַכן.
אין מאַנטשעסטער האָט ער זיך באַקענט מיט חײם װײַצמאַן, װעלכער האָט דאָרט אָנגעפֿירט מיט אַ כעמישער לאַבאָראַטאָריע, און מיט יאָרן שפּעטער האָט סעמיועל געהאָלפֿן װײַצמאַנען אָנשרײַבן זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע. ניט געקוקט אױף זײַן טיפֿער בילדונג און ברײטע קענטענישן האָט סעמיועל ניט געהאַט קײן אַקאַדעמישע קװאַליפֿיקאַציעס. ער האָט אַפֿילו ניט באַװיזן צו באַקומען אַ קאָלעדזש־דיפּלאָם. ער האָט קײן מאָל ניט געהאַט קײן אַקאַדעמישע אָדער רעדאַקטאָרישע שטעלע און געצױגן פּרנסה פֿון שרײַבן, איבערזעצן און האַלטן רעדעס. לעװענסאָן באַמערקט, אַז „סעמיועל איז געװען מצליח אין דער תּקופֿה װען עס איז געװען מעגלעך צו זײַן אַ כּלל־אינטעלעקטואַל, ניט זײַענדיק קײן מומחה‟.
אין זײַן ביאָגראַפֿיע באַהאַנדלט לעװענסאָן פֿאַרשײדענע אַספּעקטן פֿון סעמיועלס טעטיקײט׃ זײַן ציוניסטישע פּובליציסטיק און כּלל־טוערײַ, זײַנע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, זײַן קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם, און זײַנע ראַדיאָ־אױדיציעס װעגן תּנ״ך; שמעוסן מיטן בכּבֿודיקן קריסטלעכן פּראָפֿעסאָר מאַרק װאַן דאָרען, װאָס ער האָט געפֿירט אין משך פֿון צװאַנציק יאָר אױף דער ראַדיאָ־סטאַנציע „ען-בי־סי‟. סעמיועל האָט געשריבן ראָמאַנען, רעצענזיעס, פּאָפּולערע ביכער װעגן ייִדן, ייִדישקײט און ציוניזם, װי אױך איבערגעזעצט פֿון ייִדיש, העברעיִש, דײַטשיש און פֿראַנצײזיש.
סעמיועלס װיכטיקסטער בײַטראָג אין באַקענען אַמעריקע מיט דער ייִדישער קולטור זײַנען געװען צװײ ביכער װעגן די ייִדישע קלאַסיקער׃ „די װעלט פֿון שלום–עליכם‟ (1943) און „דער פּרינץ פֿון געטאָ׃ די מעשׂיות פֿון י. ל. פּרץ, איבערדערצײלט‟ (1948). ער האָט בדעה געהאַט צו שאַפֿן נאָך אײן זאַמלבוך װעגן מענדעלע, אָבער ניט באַװיזן. עס איז שװער צו דעפֿינירן גענױ דעם זשאַנער פֿון די דאָזיקע װערק. סעמיועל האָט געמישט שטיקלעך פֿון שלום־עליכמס װערק מיט זײַנע אײגענע דערקלערונגען, כּדי צו מאַכן די אַלטע װעלט פֿונעם שטעטל מער צוטריטלעך פֿאַרן אַמעריקאַנער לײענער.
אײניקע ייִדישיסטן, צװישן זײ דער יונגער אוריאל װײַנרײַך, זײַנען געװען קריטיש לגבי סעמיועלס באַאַרבעטונגען. און אַװדאי איז זײַן צוגאַנג ניט פּאַסיק פֿאַרן הײַנטיקן לײענער, װאָס װיל האָבן אַ גענױע איבערזעצונג פֿונעם מקור. אָבער דװקא אַזאַ מין װערק האָט געדינט װי אַ װעגװײַזער אין דער וועלט פֿון ייִדיש. אױפֿן סמך פֿון סעמיועלס „װעלט פֿון שלום עליכם‟ האָט מען אױפֿגעפֿירט די ערשטע ענגלישע ספּעקטאַקלען — „פֿידלער אױפֿן דאַך‟ בתוכם.
סעמיועל האָט איבערגעזעצט אױף ענגליש אַ צאָל ראָמאַנען פֿון זײַנע מיטצײַטלער, קודם־כּל י. י. זינגער און שלום אַש. זײַן סאַמע באַרימטע איבערזעצונג איז געװען אַשעס „קריסטלעכער‟ ראָמאַן „דער מאַן פֿון נצרת‟, װאָס האָט אַרױסגערופֿן אַ ריזיקן סקאַנדאַל אין דער ייִדישער סבֿיבֿה. אַשעס כּװנה איז געװען צו דערצײלן די געשיכטע פֿון ישו הנוצרי פֿונעם ייִדישן שטאַנדפּונקט און אױף אַזאַ אופֿן „פֿאַרייִדישן‟ דעם קריסטלעכן משיח. אַש האָט געהאַלטן, אַז דאָס איז געװען ספּעציעל װיכטיק אין דער צײַט פֿונעם צוּװוּקס פֿון אַנטיסעמיטיזם אין אײראָפּע אין די 1930ער יאָרן. אָבער ייִדישע קריטיקער האָבן דאָס פֿאַרשטאַנען אַנדערש, װי אַ פּרוּװ צו פּרײדיקן קריסטנטום בײַ ייִדן. איבער דעם סקאַנדאַל האָט אַש פֿאַרלױרן זײַן שטעלע אין „פֿאָרװערטס‟.
סעמיועלס איבערזעצונג פֿון אַשעס ראָמאַן איז אַרױס אין 1939, אָבער אױף ייִדיש איז דער ראָמאַן אַרױס ערשט אין 1943. די ייִדישע קריטיקער האָבן באַשולדיקט אַשן אין אונטערלעקן די „גױים‟. צװישן דעם ענגלישן לײענער איז סעמיועלס איבערזעצונג געװען אַ גרױסער דערפֿאָלג. אַזױ װי אַש, האָט סעמיועל געגלױבט, אַז עס איז געװען װיכטיק צו אַנטפּלעקן די היסטאָרישע קרובֿהשאַפֿט צװישן קריסטנטום און ייִדנטום. אַזױ װאָלט מען געקענט באַקעמפֿן אַנטיסעמיטישע שטימונגען בײַ קריסטן. סעמיועל האָט איבערגעזעצט דעם המשך צו „דער מאַן פֿון נצרת‟ — דעם ראָמאַן „דער אַפּאָסטעל‟ — װעגן דעם ייִד שאול װאָס איז געװאָרן דער קריסטלעכער אַפּאָסטעל פּאַול. ער האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט פֿון איבערזעצן דעם דריטן טײל, „מערי, די מוטער‟ װעגן ישוס מוטער.
אין אַ בריװ צו אַשן האָט ער דערקלערט, אַז ער האָט דרך–ארץ סײַ פֿאַר דער ייִדישער און סײַ פֿאַר דער קריסטלעכער אמונה. ער איז ניט קעגן דעם באַשרײַבן די גלױבענישן פֿון אַנדערע מענטשן, אַפֿילו װען זײ זײַנען אים פֿרעמד, אָבער ער קען זיך ניט באַטײליקן אין פּראָפּאַגאַנדירן אַזעלכע גלױבענישן.
אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע איז די פֿיגור פֿון מאָריס סעמיועלס פֿאַרבליבן צװישן צװײ תּקופֿות, פֿאַרסך־הכּלט לעװענסאָן. װען סעמיועל האָט אָנגעהױבן זײַן טעטיקײט אין אַמעריקע, האָבן ייִדן געסטאַרעט זיך צו אַמעריקאַניזירן. נאָכן חורבן, און בפֿרט אין די 1960ער יאָרן, איז בולט געװאָרן די פֿאַרקערטע טענדענץ צו דער נאַציאָנאַלער און רעליגיעזער אײגנטימלעכקײט. אָבער סעמיועל האָט זיך ניט גוט אַרײַנגעפּאַסט ניט אינעם ערשטן און ניט אינעם צװײטן הױפּטשטראָם. זײַן ציוניזם, זײַן ליבע צו ייִדיש און צו תּנ״ך האָבן אים געמאַכט צו ייִדישלעך פֿאַר מענטשן אין דער פֿריִערדיקער תּקופֿה, און זײַנע ברײטע הומאַניסטישע אינטערעסן, זײַנע ביבלישע ראַדיאָ־שמועסן מיטן קריסטלעכן פּראָפֿעסאָר האָבן אויסגעזען פֿרעמד בײַם ייִנגערן דור אַמעריקאַנער ייִדן, װאָס האָט שוין געזוכט װעגן צוריק צו ייִדישקײט. לעװענסאָנס ביאָגראַפֿיע איז אַ װיכטיקער אױפֿטו, װאָס מאַכט צורעכט דעם קולטורעל-היסטאָרישן אומיושר לגבי מאָריס סעמיועל. לעװענסאָן אַנטפּלעקט די וויכטיקע אויפֿטוען פֿון דעם מערקװירדיקן ייִד אין דער אַמעריקאַנער־ייִדישער קולטור־געשיכטע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO