Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איך פֿאַרשטיי דעם כּעס פֿון חרדים וועגן ניו יאָרק טײַמס באַריכט אויף די ישיבֿות. אָבער איגנאָרירן אונזערע פֿעלערן וועט נישט העלפֿן חסידישע קינדער ווי מײַנעI understand the Haredi anger about the NY Times article on the yeshivas. But ignoring our mistakes won’t help Hasidic kids like mine.

כּמעט אַלע חסידישע קינדער ווערן דערצויגן אַז מ׳דאַרף מורא האָבן פֿאַר פֿרעמדע און אַפֿילו נישט-אָרטאָדאָקסישע אידן, שרײַיבט די מאַמע פֿון חרדישע קינדער.

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.

דער פרישער ניו יארק טיימס ארטיקל איבער דעם מצב פון עדיוקעישאן (דאס לערנען לימודי חול) אין חסידישע מוסדות און אירע שאקירענדע אויפדעקונגען, איז געווען נייעס פאר אסאך פון אירע ליינער. אבער פאר עלטערן פון די חסידישע געמיינדע ווי איך, איז די באריכטעטע אינפארמאציע בכלל נישט געווען קיין נייעס.

און דאך, לייענענדיג דעם ארטיקל ווי נאר עס איז ארויסגעקומען זונטאג דריי אזייגער פארטאגס, האט מיין הארץ פארפעלט א קלאפ פון שרעק. די בילדער פון די קינדער וואלטן געקענט זיין מיינע אייגענע קינדער אדער אייניקלעך. די מוסדות וועלכע זענען דערמאנט געווארן זענען די זעלביגע מוסדות אין וועלכע מיינע קינדער גייען און די באהאנדלטע פראבלעמען זענען אזעלעכע וואס אלע מיינע זעקס קינדער האבן מיטגעלעבט.

לאגיש האב איך געוואוסט אז ברענגען אויפמערקזאמקייט צו פראבלעמען איז דער ערשטער שריט צו משפיע זיין א שינוי.. גארנישט קען נישט געלייזט ווערן אויב מע מאכט זיך ווי גלייך עס עקזעסטירט נישט.

און דאך האט זיך דער באריכט געשפירט ווי עפעס נישט ריכטיג, כמעט מסוכן. און טראכטענדיג איבער מיינע געפילן זענען אסאך זכרונות פון די קינדער-יארן ארויפגעשווימען צו מיר אין זכרון. איך האב זיך דערמאנט דעם ניגון וואס מיר פלעגן זינגען ביים פסח סדר איבער די גויים: „שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקב״ה מצילנו מידם.“

אויפוואקסענדיג, פלעג איך הערן מיינע זיידעס און באבעס פארציילן געשיכטעס ווי זיי זענען אנטלאפן מיטן לעבן בשעת די וועלט-מלחמה אין אונגארן, זיך באהאלטנדיג פון פרעמדע און טוענדיג וואס זיי האבן געקענט איבערצולעבן און צו האלטן זייער משפחות פארזיכערט. איך האב געהערט געשיכטעס איבער זייער אנקום קיין אמעריקע און זייער אנטשלאסענקייט צו לעבן אין א חסידישע סביבה. זיי האבן געגלייבט אז זיי קענען זיך נאר פארלאזן אויף זייער אייגען פאלק און אז זיי וועלן זיין דאס מערסטע פארזיכערט דארט. איך האלט אין מיר די הארצרייסענדע זכרונות פון זייערע לעבנס, די אנגעווייטיקטע האפענונגען, און די דורות-לאנגע טראומע וועלכע איז ארויסגעקומען פון דעם וואס זיי האבן דורכגעלעבט.

די סארט אייגענע ערפארונגען זענען נישט אייגענארטיג צו מיין אייגענער משפחה אין וועלכע איך בין אויפגעוואקסן, נאר זענען אן אינטעגראלער טייל פון אויפוואקסן אלס א חסידיש קינד. דאס איז א גרונטיקע וועלט-אנשויאונג מיט וואס כמעט אלע קינדער ווערן ערצויגען, אז פאר פרעמדע — נישט אידן, און אפילו נישט-ארטאדאקסישע אידן — דארף מען מורא האבן. אויב שטייען מיר נישט אויף די וואך און זענען מיר נישט גענוג פארזיכטיג, וועלן זיי אונז טאן בייזס.

במשך די לעצטע פאר טעג, האבן חסידישע און פרומע מוסדות אראנזשירט מעמדי תפילה פאר תלמידים ארום די שטאט און לאנד, צו טון השתדלות און פארמיידן די „ביטערע גזירה“ פון ארויפצופאלן אויף די געמיינדע, נוצנדיג א שפראך וואס דערמאנט אין די גזירות וואס פרעה אין מצרים האט ארויסגעגעבן אויף די אידן.

די „ביטערע גזירה“ פון וואס זיי רעדן איז די „סאבסטענשעל עקווילענסי“ תקנות וואס די באורד אף רידזשענטס האט איינשטימיג באשטעטיגט דעם דינסטאג, וועלכע וועלן דינען אלס א געוויסן צוואנג איבער די עדיוקעישאן אין פריוואטע שולעס אין ניו יארק.

איך פארשטיי דעם פחד. עס איז דער זעלבער פחד וואס מ׳האט מיך אויסגעלערנט צו האבן אלס קינד. אבער ווי אלע אומראציאנאלע פחדים, קען די קסענאפאבישע רעאקציע פון די חסידישע וועלט צו די היינטצייטיגע ציווילע געזעלשאפט אונדז אליין שאטן. די געמיינדע און אירע מיטגלידער געניסן נישט פון אזא השקפה פון התבדלות (לעבן אפגעטיילט) פון די אלגעמיינע געזעלשאפט און פון דעם גלויבן אז פרעמדע ווילן אונדז טאן בייזס.

טראכטענדיג איבער דעם פחד פון פרעמדע און וואס דאס טוט צו אונז, האב איך מיך אנגעהויבן דערמאנען אנדערע יוגנט זכרונות  וועגן וועלכע מיר האבן זעלטן ארומגעשמועסט.

מיינע זיידעס און באבעס האבן איבערגעלעבט די וועלט-מלחמה דווקא א דאנק פרעמדע וואס האבן זיי געהאלפן, ריזיקירנדיג דערביי זייער אייגענעם לעבן. איינע פון מיינע באבעס, וועלכע האט געהאט בלויע אויגן, האט באקומען א שטעלע אין א לאקאלן שפיטאל אין בודאפעסט און איז באשיצט געווארן דורך די הויפט קראנקנשוועסטער וועלכע האט געוואוסט אז זי איז א אידישע טאכטער. מיין זיידע פון טשעכעסלאוואקיי האט געהאט פריינד וועלכע האבן אים געמאכט א וויזע קיין ענגלאנד. דער לאקאלער גלח פון מיין אנדערער זיידע׳ס שטעטל האט פארגעשלאגן אים צו באהאלטן אין 1944 ווען די נאציס זענען אנגעקומען קיין אנוגארן און האבן אנגעהויבן דעפארטירן און רצח׳ענען די אידן.

טראץ די אלע אומגלויבליכע איבערלעבונגען, האט מען די געשיכטעס זעלטן פארציילט אין מיין משפחה. וואס מער די טראומע האט זיך איינגעגעסן אין זייערע נשמות אלץ טיפער איז געווארן דער שטארקער פחד פאר פרעמדע. ווען איך האב פארלאזט מיין חסידישן מאן אין 2014, האבן מיינע עלטערן פארצווייפעלטערהייט מיך געווארנט איך זאל נישט גיין צו א סעקולערן געריכט. אבער בלויז דורכ׳ן גיין צו א סעקולערן געריכט האב איך באוויזן צו באשיצן מיינע רעכט אלס א מאמע און איך האב געקענט אנהאלטן די השגחה (קאסטעדי) איבער מיינע פיר יונגע קינדער. ליידער איז עס אן אפטע ערשיינונג אז פרויען פארלירן קאסטעדי ווען זיי פארלאזן א חסידישע הייראט.

איך גלייב שטארק אין דעם כוח פון היילונג וואס ליגט אין פארציילן אונזערע געשיכטעס, ווי אויך אין די מאכטפולע השפעה וואס עס קען האבן אויף אנדערע. איך פערזענליך האב שוין געשריבן און גערעדט איבער מיין אייגענער ערפארונג פון פארלאזן די חסידישע געמיינדע. אבער דער אמת איז אז דער פחד פאר פרעמדע, און פון אונז באשמוצען ברבים, איז אויסגענוצט געווארן דורך די עסקנים און פירער אין דער חסידישער געמיינדע ארויפצולייגן און ארויפצוצווינגען וואס אמאל שטרענגערע תקנות – און צו געבן ערנסטע שטראפן פאר די וועלכע דערוועגן צו רעדן צו פרעמדע.

די „ביטערע גזירה“ וועלכע שטעלט אידישע קינדער אין געפאר איז נישט דער ניו יארק טיימס, נאר דער באשלוס פון אט די פירער. דער שווערער מצב אין חסידישע מוסדות איז א דירעקטער רעזולטאט פון פירער וועלכע זאגן פאר זייערע אנהענגער אז סיי וועלכע טויש צו די מוסדות זענען קעגן זייערע ערכים און לייגט זייער אידישקייט אין געפאר, ווען פאקטיש איז דאס בשום אופן נישט אמת.

ערציאונג איז פון אייביג אן געווען א אידישער ערך.

פון די מערסט טראגישע טיילן פון דעם סקאנדאל איז אז דרויסענדיגע פירער, וועלכע זענען אין א פאזיציע צו קענען העלפן, האבן געוואוסט וועגן דער שוואכקייט פון אונדזער עדיוקיישאן – און האבן באשלאסן גארנישט צו טון דערוועגן. שוין איבער צען יאר וואס עלטערן און געוועזענע תלמידים פון חסידישע מוסדות, באזונדער נפתלי מאסטער און זיין ארגאניאציע יאפעד, רעדן איבער דעם פראבלעם. זיי האבן זיך אבער אנגעשטויסן און אומגעהויערע קעגנערשאפט פון פאליטיקער, געזעצגעבער, און ארגאניזאציעס איבערן גאנץ ניו יארק סטעיט.

מיט געצייטלע אויסנאמען האבן רוב פרעמדע זיך אפגעזאגט פון זאגן א דעה. זייער תירוץ איז געווען אז זיי ווילן זיך נישט מישן. דער פראבלעם איז נישט זייער „ביזנעס“. זיי מוזן בלייבן אין זייער אייגענעם „לעין“.

די סארט צוגאנג איז נישט נאר נישט ריכטיג, נאר געפערלעך. איגנארירן די קלעם פון חסידישע קינדער איז אליינס פארנעכלעסיגקייט. די אידישע טראדיציע פארלאנגט אז מיר זאלן זיך יא מישן אין מצבים אין וועלכע די וואוילשטאנד פון אנדערע איז אין א סכנה.

איך האף אז יעצט, אז די טעמע איז ארויס אין דער עפנטליכקייט, וועלן אידישע ארגאניזאציעס, שתדלנות גרופעס פאר עדיוקעישאן, פאליטיקער און געזעצגעבער זיך צוזאמנעמען צו העלפן שטיצן אונזערע קינדער און פארזיכערן אז זיי באקומען די ערציאונג וואס עס קומט זיי.

און איך האף אז חסידישע עלטערן וועלכע ווילן באמת דאס בעסטע פאר זייערע קינדער, וועלכע ווייסן טיף אין הארצן אז דאס גאנצע וויסן קומט פונעם אייבערשטן און איז הייליג, וועלן ארויסקומען קעגן דער קולטור פון קסענאפאביע וועלכע הערשט ווייטער אין אונזער געמיינדע.

מיינע זיידעס און באבעס וואלטן קיינמאל נישט איבערגעלעבט די וועלט-מלחמה אן די הילף פון פרעמדע.

איך וואלט נישט געקענט פארלאזן מיין שווערע הייראט אן די הילף און מיטלען פון פרעמדע.

און אונזערע קינדער און אייניקלעך וועלן באקומען די ערציאונג וואס קומט זיי ווען זיי וועלן באקומען די אויפמערקזאמקייט, מיטלען, און שטיצע פון פרעמדע.

***

ביטריס וועבער איז א געוועזענע חסידישע רביצין און די מאמע פון צען קינדער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version