Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

חנה בלאַנקשטײנס נאָװעלעס שילדערן פּרעכטיק דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין װילנעChana Blankshteyn‘s novellas vividly portray Jewish life in prewar Vilne

אין איר פּראָזע דערקענט מען שפּורן פֿון דזשײן אָסטין, דוד בערגעלסאָן און אַנטאָן טשעכאָװ.

נאָך דער ערשטער װעלט-מלחמה האָט װילנע זיך קונה-שם געװען װי אַ װעלטצענטער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור. דאָ האָט זיך אױסגעפֿורעמט אַ נײַע ייִדישע אינטעליגענציע, װאָס איז געװען פֿאַרטאָן אין שאַפֿן אַן אײראָפּעיִשע קולטור אױף דער ייִדישער שפּראַך.

די נעמען פֿון װילנער געלערנטער, ליטעראַטן, פּעדאַגאָגן, דיכטער און קולטור-טוער זײַנען גוט באַקאַנט, צװישן זײ — מאַקס װײַנרײַך, זעליק קלמנאָװיטש, זלמן רײזען, צמח שאַבאַד, הירש אַבראַמאָװיטש און אַבֿרהם סוצקעװער. אין דער רשימה זעט מען אָבער ניט קײן פּראָזע-שרײַבער, װאָס האָבן במשך פֿון יענע יאָרן געשילדערט די שטאָט מיט אירע ייִדן. מיר קענען די אַמאָליקע װילנע בלויז לױט די װערק פֿון חיים גראַדע אָדער אַבֿרהם קאַרפּינאָװיטש, װעלכע האָבן זיי אָנגעשריבן ערשט נאָכן חורבן. אין דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג װילנע‟ זײַנען געװען צװײ אינטערעסאַנטע פּראָזע-שרײַבער, משה לעװין און שמערקע קאַטשערגינסקי, אָבער זײערע װערק בלײַבן עד-היום װײניק באַקאַנט.

טאַקע דערפֿאַר איז די אַנטדעקונג פֿון דער ייִדישער שרײַבערין חנה בלאַנקשטײן אַזױ װיכטיק פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור-געשיכטע. בלאַנקשטײן איז געװען טעטיק אין דער װילנער ייִדישער פּרעסע נאָך דער ערשטער װעלט-מלחמה. „נאָװעלעס‟, דאָס אײנציקע זאַמלבוך פֿון איר פּראָזע, איז אַרױס אין 1939 „האַרט פֿאַר איר טױט‟, װי עס שרײַבט הירש אַבראַמאָװיטש אינעם „לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור‟.

זי האָט געהאַט אַ גוטן מזל ניט צו דערלעבן ביזן אױסבראָך פֿון דער צװײטער װעלט-מלחמה. ס׳איז ניט קײן חידוש, אַז בלױז געצײלטע עקזעמפּלאַרן פֿונעם דאָזיקן בוך האָבן זיך אָפּגעהיט, אָבער צװײ פֿון זײ האָבן זיך יאָ אָפּגעזוכט אין אַמעריקע. איצט קען מען לייענען די דאָזיקע פּרעכטיקע נאָװעלעס אויף ענגליש, אַ דאַנק די איבערזעצונגען פֿון פּראָפֿעסאָר חנה נאָריך אונטערן קעפּל „שרעק און אַנדערע מעשׂיות‟.

בלאַנקשטײן האָט געהערט צו דעם ערשטן דור פֿון דער רוסיש-ייִדישער אינטעליגענציע, װאָס איז אױפֿגעװאַקסן בעת דער ליבעראַלער תּקופֿה פֿונעם צאַר אַלעקסאַנדער דעם צװײטן אין די 1860ער־1870ער יאָרן. זי איז געבױרן געװאָרן אין די 1860ער יאָרן בײַ אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה אין װילנע. דער טאַטע, װי אַנדערע װילנער ייִדישע גבֿירים פֿון יענער צײַט, האָט געצױגן פּרנסה פֿון גרױס-האַנדל און געליפֿערט האָלץ פֿאַר רוסישע אײַזנבאַנען. זײַן טאָכטער האָט באַקומען אַ פּריװאַטע בילדונג אין אױסלענדישע פּאַנסיאָנען אױף דײַטשיש און פֿראַנצױזיש. זי האָט צװײ מאָל חתונה געהאַט, געוווינט אין קיִעװ און פּעטערבורג, אָבער נאָכן צװײטן גט האָט זיך אומגעקערט קײן װילנע צו איר טאַטע-מאַמע.

בלאַנקשטײנס לעבן האָט זיך דראַמאַטיש געענדערט מיטן אױסבראָך פֿון דער ערשטער װעלט-מלחמה. אַזױ װי אַ סך ייִדן פֿון איר שטאַנד, האָט זי פֿאַרלאָזט װילנע פֿאַר דער דײַטשישער אָקופּאַציע און פֿאַרבראַכט די יאָרן פֿון דער מלחמה און דער רוסישער רעװאָלוציע אין רוסלאַנד.

װען זי האָט זיך אומגעקערט קײן װילנע אָנהײב 1920ער יאָרן, איז זי שױן געװען אין גאַנצן פֿאַראָרעמט. זי האָט געגעבן פּריװאַטע לעקציעס און איז געװען פֿאַרטאָן אין עפֿנטלעכע טעטיקײטן, געשריבן פֿאַר די צײַטונגען, געשאַפֿן דעם דעמאָקראַטישן פֿרױען-פֿאַראײן און דעם זשורנאַל „די פֿרױ‟. ערשט דעמאָלט האָט זי אָנגעהױבן שרײַבן. איר סטיל איז געװען קלאָר, פּרעציז און עלעגאַנט. װי עס באַמערקט פּראָפֿעסאָר נאָריך אין דער הקדמה, קען מען דערקענען אין בלאַנקשטײנס פּראָזע שפּורן פֿון ביז גאָר פֿאַרשײדענע השפּעות, מאָדערנע און קלאַסישע: דזשײן אָסטין און װירדזשיניאַ װוּלף, יאָהאַן װאָלפֿגאַנג געטע און אײַזיק באַבעל, און אַװדאי דוד בערגעלסאָן. צו דער דאָזיקער רשימה װאָלט איך אױך צוגעגעבן אַנטאָן טשעכאָװ.

די נײַן נאָװעלעס אַנטפּלעקן די פֿילזײַטיקײט פֿון בלאַנקשטײנס ליטעראַרישן טאַלאַנט. זי איז געװען באַהאַװנט אין מאָדערנע טעאָריעס פֿון סאָציאַליזם און פּסיכאָלאָגיע, און דערצו האָט זי געהאַט אַ גוטן אױג פֿאַר כאַראַקטעריסטישע פּרטים אין מענטשן און סיטואַציעס. „שרעק‟, די ערשטע נאָװעלע אינעם ענגלישן נוסח, איז אַ מין פּסיכאָלאָגישע שטודיע פֿון דער שרעק-איבערלעבונג, װאָס דערמאָנט אין אײניקע מעשׂיות פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ. מען װײסט ניט גענױ װוּ און װען עס האָט זיך געטראָפֿן דער דאָזיקער עפּיזאָד, דער העלד האָט ניט קײן נאָמען, ער איז „דער רײַזנדער‟, סתּם אַ בן-אָדם אין דער פֿרעמדער װעלט, װוּ ער בלײַבט אױף אײנס מיטן טױט-שרעק.

אַנדערע נאָװעלעס האָבן מער רעאַליסטישע פּרטים. די האַנדלונג קומט פֿאָר צומאָל אין פֿרעמדע אײראָפּעיִשע שטעט, צומאָל אויף די הײמישע גאַסן, הײַזער און הױפֿן פֿון װילנע. אײניקע מעשׂיות װערן געבױט אַרום אַ פּלוצעמדיקן קער, װאָס בײַט דעם געװײנטלעכן גאַנג פֿון לעבן. אַזױ איז געשען אױך אין בלאַנקשטײנס לעבן בעת דער ערשטער װעלט-מלחמה און דער רוסישער רעװאָלוציע. דערפֿאַר מסתּמא איז זי אַזוי סענסיטיוו צו אַזאַ גורל בײַ אַנדערע.

בלאַנקשטײן שפּירט די סכּנה פֿון די פּאָליטישע ענדערונגען פֿון איר תּקופֿה. די נאָװעלע „דירעקטאָר װוּלמאַן‟ דערצײלט װעגן אַ פּלוצעמדיקן אױסברוך פֿון אַנטיסעמיטישן געװאַלד אין אַ שטילן דײַטשישן שטעטל גלײַך נאָך היטלערס קומען צו דער מאַכט. די קורצע צײַט פֿון דער באָלשעװיסטישער שליטה אין װילנע װערט פֿאָרגעשטעלט מיט אַ שטיקל איראָניע. דער נײַער קאָמוניסטישער קאָמיסאַר פֿון דער שטאָט, אַ יונגער ייִד, שטאָלצמאַן, האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ מײדל, װאָס איז אַן אײניקל פֿון אַ חסידישן רבין. ער װיל זי נעמען פֿאַר אַ װײַב, אָבער זי באַשטײט אױף אַ ייִדישער חתונה מיט חופּה און קידושין.

װי אַ געטרײַער באָלשעװיק, וויל שטאָלצמאַן פֿאַרװערן װאָסער ניט איז רעליגיעזע צערעמאָניעס, אָבער פֿאַר זיך איז ער גרײט צו מאַכן אַ פּשרה. ער רײַסט זיך אַרײַן צו דעם שטאָט-ראַבינער בײַ נאַכט און פֿאָדערט, יענער זאָל זיי תּיכּף שטעלן אַ חופּה. דער ראַבינער דערשרעקט זיך װײַל מען האָט אים געכאַפּט בײַם „אַרײַנגעטראָגן אין טאָגבוך די איבערלעבענישן פֿון צערודערטע טעג.‟ ער האָט „געװאָלט זײַנע לאָזן אַן אָנדענק, אױב עס װעט אים ניט אױסקומען זיך צו טרעפֿן מיט זײ.‟ ער זאַמלט אױף גיך אַ מנין איבערגעשראָקענע ייִדן און מאַכט אַ כּשרע ייִדישע חתונה.

די געשטאַלט פֿונעם שטאָט-ראַבינער, „אַ דאָקטאָר-פֿילאָסאָפֿיע און פּאָעט‟, דערמאָנט אָן ר׳ יצחק רובינשטײן (1880-1945), דער װילנער „קאַזיאָני‟ (באַשטעלט פֿון דער רוסישער מלוכה) ראַבינער און אַ חשובֿער כּלל-טוער. ער האָט געדינט ווי אַ פֿאַרמיטלער פֿאַר װילנער ייִדן בײַ די פֿאַרשײדענע פּאָליטישע רעזשימען. בלאַנקשטײן באַשרײַבט אים מיט סימפּאַטיע׃

„אַ רוסיש-ייִדישער אינטעליגענט‟ פֿון „דער ראָמאַנטישער תּקופֿה פֿון די אַכציקער יאָרן, אַ ‘װאָסמי דעסיאַטניק’ [דער מענטש פֿון די 1880ער יאָרן, אױף רוסיש], װי ער רופֿט זיך אַלײן, דערצו אַ פּאָעט, אַ ליריקער.‟ דער דאָזיקער טיפּ איז געװען באַקאַנט די לײענער פֿון איר אײגענעם דור און סבֿיבֿה. רובינשטײן האָט געהאַט אַ גוטן מזל צו אַנטלויפֿן פֿון װילנע קײן ניו-יאָרק און האָט אױף דער עלטער געלערנט קלאַסן אינעם ישיבֿה-אוניװערסיטעט.

די נאָװעלע „אונדזער הױף‟, װאָס נאָריך האָט אַרײַנגעשטעלט צום סוף פֿונעם ענגלישן באַנד, איז אַ מעלאַנכאָלישע שילדערונג פֿונעם טאָג-טעגלעכן לעבן אינעם טיפּישן װילנער הױף. די דערצײלערין זיצט בײַם שרײַבטיש לעבן דעם פֿענצטער און באַטראַכט, װאָס עס קומט פֿאָר אין דרױסן׃ „בעת איך אַרבעט, זע איך אַנטקעגן מיר אױפֿן הױף דעם צװײגאָרנדיקן לאַנגן בנין, אָן שום אָרנאַמענט, אָן אַ באַלקאָן אָדער אַ גאַנעק, װאָס זאָל איבעררײַסן די גרױע נאַקעטע װאַנט, אין אַ פּאָר ערטער האָבן זיך אין מױער אױסגעברעקלט די ציגל, און װי פֿינצטערע לעכער זעען אױס די צװײ נידעריקע טירן, װאָס פֿירן אױף די טרעפּ אַרױף.‟

דאָס דאָזיקע אומעטיקע בילד דינט װי אַ מעטאַפֿאָרישער הינטערגרונט פֿאַר די פּריװאַטע דראַמעס פֿון די אײַנװױנער, פּראָסטע װילנער ייִדן, װאָס שלאָגן זיך פֿאַר אַ שטיקל פּרנסה. די עלטערע פֿון זײ האָבן, אַזױ װי בלאַנקשטײן, פֿאַרלױרן זײער ביסל האָב-און-גוטס בעת די פּאָליטישע איבערקערענישן. דער יונגער דור האָט ניט קײן גוטע אױסזיכטן אין דער פּױלישער מלוכה, װאָס האָט אַװעקגעשטופּט ייִדן אױף די ראַנדן פֿון דער געזעלשאַפֿט.

אין װילנע, װי אין אַנדערע שטעט פֿונעם דעמאָלטיקן פּױלן, איז דער הױף געװען אַ צענטראַלער לאָקאַל פֿון ייִדישן לעבן, אַ מין במקום פֿאַרן שטעטל. „אונדזער הױף‟ איז אַ קראָניקע פֿונעם הױפֿלעבן, װאָס װערט דערצײלט אין דער איצטיקער צײַט. אַ דאַנק דער געניטער איבערזעצונג פֿילט זיך דער לײענער סאַמע אין דער מיט פֿון דער אַמאָליקער טאָג-טעגלעכקײט מיט די קלענערע און גרעסערע דאגות אירע.

אין דער דאָזיקער נאָװעלע, להיפּוך צו „שרעק‟, קריכט די מחברטע ניט אין די פּסיכאָלאָגישע טיפֿענישן פֿון די פּערסאָנאַזשן. זי בלײַבט געדולדיק זיצן בײַם פֿענצטער און פֿאַרפֿיקסירט דאָס, װאָס עס קומט פֿאָר פֿאַר אירע אױגן. נאָך אײן טאָג אין װילנע איז געקומען צום סוף׃ „עס װערט טונקל. איך פֿאַרמאַך דעם פֿענצטער. אױפֿן הױף איז שטיל. דער עולם איז זיך פֿונאַנדערגעגאַנגען. אין די שטיבער, הינטער די שױבן, צינדן זיך אָן ליכטער.‟

און אַזוי בלײַבט דער װילנער הױף אױף אײביק לעבעדיק אין בלאַנקשטײנס מײַסטערהאַפֿטיקער שילדערונג.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version