Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער בעש"ט ווי אַ פּסיכאָ־טעראַפּעווטThe Baal Shem Tov as Psychotherapist

לויטן פֿאָרשער עליע מאָזעסאָן, קאָן דער חסידישער צוגאַנג צו תּפֿילה העלפֿן מתפּללים, ווען ס’פֿאַלן זיי אַרײַן אומגעוווּנטשענע געדאַנקען בײַם דאַוונען.

אינעם לעצטן נומער פֿונעם אַקאַדעמישן זשורנאַל NVMEN, פּובליקירט דורכן פֿאַרלאַג Brill, איז דערשינען אַ וויכטיקער אַרטיקל פֿון פּראָפֿ׳ חיים־אליהו (עליע) מאָזעסאָן, באַטיטלט (אויף ענגליש) „היינו כּחולמים: תּפֿילה ווי דער דרך־המלך צום אומבאַוווּסטזײַן אין חסידות‟. דעם אַרטיקל קאָן מען קויפֿן אין אַן עלעקטראָנישער פֿאָרעם אָט־דאָ.

דער מחבר דערקלערט, אַז די חסידישע עבֿודת־התּפֿילה איז אַ גאָר פּראַקטישער כּלי, וואָס דערמעגלעכט אַרײַנצודרינגען אין די אומבאַוווּסטזיניקע טיפֿענישן פֿון דער נשמה און אַפֿילו אויסהיילן פּסיכיקע קראַנקייטן, ווי אַ מין פּסיכאָ־אַנאַליטישע זעלבסט־סעסיע, בעת וועלכער דער מתפּלל דינט ווי זײַן אייגענער פּסיכאָלאָג (הגם אינעם טראַדיציאָנעלן חסידישן זין איז יעדן איינעמס רופֿא־חולים, אַוודאי, דער באַשעפֿער אַליין).

מאָזעסאָן איז דערצויגן געוואָרן בײַ אַ חסידישער משפּחה אין ניו־יאָרק, זיך געלערנט אין ישיבֿה, אָבער שפּעטער זיך אָפּגעווײַטערט פֿונעם טראַדיציאָנעלן חסידישן דרך. פֿון דעסט וועגן, בלײַבט ער שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין קבלה און חסידות ווי טיפֿע אוצרות פֿון רוחניות. ווען איך האָב זיך על־פּי צופֿאַל געטראָפֿן מיט אים אין ניו־יאָרק מיט יאָרן צוריק, איז ער געווען אַ יונגער סטודענט. דעמאָלט האָבן מיר לעבעדיק געשמועסט אויף ייִדיש וועגן קבלה, חסידות און שבתי־צבֿיניקעס. מאָזעסאָן האָט דעמאָלט באַטאָנט, אַז זײַנע אַקאַדעמישע שטודיעס וועלן זײַן געווידמעט קבלה און חסידות, וכּך הווה.

אין 2017 האָט ער פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָראַט וועגן דעם, ווי אַזוי די תּורה פֿונעם בעל־שם־טובֿ איז איבערגעגעבן געוואָרן צו די קומענדיקע דורות חסידים. הײַיאָר, אָנהייבנדיק פֿונעם 1טן סעפּטעמבער, איז ער געוואָרן אַן אַדיונקט־פּראָפֿעסאָר בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט. זײַנע איצטיקע פֿאָרשונגען האָבן צו טאָן מיט דער ראָלע פֿון חלומות און מאַגיע אין דער ייִדישער טראַדיציע.

אַנרי קאָרבען, אַ גרויסער פֿאָרשער פֿון עסאָטערישע טראַדיציעס, בפֿרט שיִיִטיש־איסלאַמישע, האָט באַטאָנט, אַז אַן עכטע תּפֿילה איז דער סאַמע שעפֿערישער מענטשלעכער אַקט. אויפֿן ערשטן בליק, צי עס גייט אַ רייד וועגן דעם איסלאַמישן דאַוונען, צי וועגן שמונה־עשׂרה בײַ ייִדן, חזרט דער מתפּלל איבער פֿון טאָג צו טאָג פּונקט די זעלביקע ווערטער. אויסערלעך, זעט עס אויס ווי אַ מעכאַנישע טוּוּנג. אָבער אויב מע דאַוונט טאַקע מיט כּוונה, ווערן אין דעם מתפּללס נשמה אַנטפּלעקט גאַנצע גײַסטיקע וועלטן – טיפֿער, ווי בײַם גרעסטן פּאָעט.

אין זײַן אַרטיקל, באַטאָנט מאָזעסאָן עפּעס ענלעכס: די מחשבֿות־זרות, אומגעוווּנטשענע געדאַנקען, וואָס קומען ממילא אויפֿן געדאַנק, ווען מע פֿאָקוסירט זיך אויפֿן דאַוונען, און וואָס דער מתפּלל מוז שטרעבן במסירת־נפֿש אָפּצוּוואַרפֿן, קאָנען אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן ווערן אַ טויער צו די אינערלעכע נשמה־וועלטן און אַ שליסל צו אַ העכערער עבֿודה – אויב מע פֿאָלגט די עצות פֿונעם בעל־שם־טובֿ און זײַנע תּלמידים.

דער מתפּלל, בפֿרט אַן עכטער דבֿיקותדיקע חסיד, מוז באַקעמפֿן אַלע געדאַנקען, וואָס שטערן דער כּוונה, מיט אַלע כּוחות. די עראָטישע הירהורים און טעאָלאָגישע ספֿקות ווערן באַטראַכט ווי די סאַמע ערגסטע מחשבֿות־זרות. פֿאָרט, לערנען אונדז די חסידישע צדיקים, אָנהייבדיק פֿון די ערשטע בעל־שם־טובֿס תּלמידים, איז דער בעסטער אופֿן פּטור צו ווערן פֿון די מחשבֿות־זרות — זיי אויפֿצוהייבן צום אייבערשטן און פֿאַרוואַנדלען אין דער לײַדנשאַפֿט צו דערגרייכן דעם מיסטישן ייִחוד מיט דער הייליקער שכינה.

אין זײַן אַרטיקל, ברענגט מאָזעסאָן אַ גאַנצע ריי חסידישע קוואַלן, וווּ עס גייט אַ רייד פֿון אַזאַ טראַנספֿאָרמאַציע. ער באַטאָנט, אַז דער ענין פֿון אומבאַוווּסטזײַן איז געווען באַקאַנט די חסידים לאַנג פֿאַרן פֿרוידיאַנער פּסיכאָאַנאַליז.  דער מעזשריטשער מגיד (וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן אין 1772), אַ באַרימטער תּלמיד פֿונעם בעש״ט, דרשנט וועגן דעם „קדמות השׂכל‟ – דעם פּסיכישן כּוח, וואָס קומט באַהאַלטענערהייט פֿאַרן ראַציאָנעלן שׂכל פֿונעם מענטש. די חסידים, ווי עס דערמאָנט אונדז מאָזעסאָן, האָבן בכלל פּסיכאָלאָגיזירט קבלה. אַנשטאָט די הימלישע וועלטן, ווי אין אַלטע קבלה־ספֿרים, גריבלט זיך חסידות אין די טיפֿע שיכטן פֿונעם מענטשלעכן אינערלעכן זײַן.

מאָזעסאָנס אַרטיקל איז גוט אָנגעשריבן און געפּאַקט מיט וויכטיקע ידיעות. באַזונדערס אינטערעסאַנט איז דער אויספֿיר: מאָזעסאָן האַלט דעם בעש״ט פֿאַר אַ גרויסן פּסיכאָ־טעראַפּעווט.

דער בעל־שם־טובֿס מעטאָד פֿון סובלימירן זײַטיקע מחשבֿות בײַם דאַוונען, וואָס שטאַמען פֿונעם אומבאַוווּסטזײַן, שטעלט, לויט די חסידישע קוואַלן, אויך דעם צוועק צו לייזן קאָנקרעטע פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען. זײַענדיק אַ בעל־שם, אַ פֿאָלקס־היילער, האָט דער בעש״ט געגעבן זײַנע נאָכפֿאָלגער פּראַקטישע עצות, ווי אַזוי מע קאָן אויסנוצן די תּפֿילה פֿאַר אַ פּסיכאָלאָגישן היילונג־מיטל. לויט אַ ריי חסידישע מעשׂיות, האָט זיך אים אײַנגעגעבן אויסצוהיילן אַ צאָל משוגאָים.

אין איין ספֿר, „קבֿוצת יעקבֿ‟, ווערט דערקלערט, אַז דער בעש״ט פֿלעגט אַרויסרופֿן צו זיך אַ משוגענעם און פֿירן מיט אים „קלוגע שמועסן‟ ביז ער ווערט אויסגעהיילט. מאָזעסאָן האַלט, אַז דאָס קלינגט ווי פּסיכאָ־טעראַפּעווטישע סעסיעס; מיר ווייסן דאָך, אַז דער בעל־שם־טובֿ איז געווען גוט באַקאַנט מיטן ענין פֿון סובלימאַציע, דאָס טראַנספֿאָרמירן אומגעוווּנטשענע תּאוות און געדאַנקען אין פּאָזיטישע פּסיכאָלאָגישע כּוחות — אַ זאַך וואָס פֿרויד האָט וועגן דעם אַ סך געשריבן.

רבי נחמן האָראָדענקער, דעם בעש״טס אַ תּלמיד, דערקלערט, אַז לויט זײַן רבין מוז מען זיך באַציִען צו די אומגעוווּנטשענע זײַטיקע מחשבֿות מיט „התחכמות‟ – דהײַנו, פֿירן אַ מין פּסיכאָאַנאַליטישע סעסיע בײַם דאַוונען מיט זיך אַליין, כּדי זיי צו סובלימירן.

אויב מאָזעסאָן איז טאַקע גערעכט, אַז די חסידישע תּפֿילה־מעטאָדן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פֿריִיִקע פֿאָרעם פֿון פּסיכאָאַנאַליז, אַנטוויקלט נאָך מיט 150 יאָר צוריק פֿאַר פֿרוידן, איז עס אַ גרויסער חידוש, וואָס פֿאָדערט ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version