ווען און פֿאַר וואָס האָבן די אַמעריקאַנער אײַנגעפֿירט דעם אַרבעטער־טאָג?When and why did Americans create Labor Day?
די אַמעריקאַנער האָבן בכּיוון ניט געפּראַוועט דעם יום־טובֿ דעם ערשטן מײַ, כּדי מען זאָל זיי ניט פֿאַרמישן מיט די קאָמוניסטן.
דער אַרטיקל פֿון ד״ר שיקל פֿישמאַן ז״ל איז לכתּחילה געדרוקט געוואָרן דעם 7טן אָקטאָבער 2011.
דעם 5טן סעפּטעמבער, 1882, זענען זיך צונויפֿגעקומען אַן ערך צען טויזנט מענטשן אין דער שטאָט ניו־יאָרק פֿאַרן ערשטן לייבאָר־דיי־פּאַראַד. זיי האָבן מאַרשירט פֿון „סיטי־האָל“ (ראָטהויז), פֿאַרבײַ יוניאָן־סקווער און זיך פֿאַרקערעוועט צו דער 42סטער גאַס. דאָרטן האָבן זיי זיך פֿאַרגונען אַ פּיקניק, אַ קאָנצערט און דרשות פֿון פּאָליטיקער און אַרבעטער־פֿירערס. די גאַנצע אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן מיט גרויס התמדה דורך דעם „צענטראַלן אַרבעטער־קאָמיטעט“ פֿון ניו־יאָרק, אַ דאַך־אָרגאַניזאַציע אין וועלכער עס זענען געווען אָנגעשלאָסן פֿאָרשטייערס פֿון גאָר אַ סך לאָקאַלע יוניאָנס. היסטאָריקער דעבאַטירן נאָך אַלץ צווישן זיך וועגן דעם וועמענס געדאַנק עס איז געווען מלחתּחילה. נאָר ס׳איז קלאָר, אַז ס׳איז אַרויסגעוואַקסן פֿון די רייען פֿון דער אָרגאַניזירטער אַרבעטערשאַפֿט אין אַ צײַט ווען זיי האָבן געוואָלט באַווײַזן דעם כּוח פֿון דער באַוועגונג און פֿאָדערן פֿאַרבעסערונגען אין זייערע אַרבעטס־באַדינגונגען.
דער פּאַראַד איז געווען אַ המצאה פֿון דער־אָ דעמאָלטיקער פֿראַטערנאַלער אָרגאַניזאַציע „די ריטער פֿון קאָלומבוס“. באַלד נאָך אַזאַ דערפֿאָלג האָט די פֿירערשאַפֿט פֿון דער אָרגאַניזאַציע אָנגענומען אַ באַשלוס יעדן יאָר ווידער אַ מאָל צו אָרגאַניזירן אַזאַ פּאַראַד (און נאָך אַ גרעסערן אַפֿילו, פֿאַרשטייט זיך) און דעם פּאַראַד־טאָג אַ נאָמען געגעבן „אַרבעטער־טאָג“ (אויף ענגליש: לייבאָר־דיי) אין אָנערקענונג פֿון די וואָס אַרבעטן און אויף וועמענס אַרבעט מיר שטיצן זיך אַלע. די אייראָפּעיִשע אַרבעטער־פּאַרטייען האָבן שוין פֿריִער געיובֿלט דעם ערשטן מײַ כּדי דערמיט צוצוציִען נײַע מיטגלידער. אָבער די אַמעריקאַנער האָבן בכּיוון אויסגעקליבן גאָר אַן אַנדער דאַטע (פּינקטלעך דעפֿינירט ווי „דער ערשטער מאָנטיק נאָכן ערשטן דינסטיק פֿון סעפּטעמבער“) כּדי מען זאָל זיי, חלילה, ניט פֿאַרמישן מיט די קאָמוניסטן.
אין אַנדערע שטאַטן
אַמעריקאַנער האָבן ליב צו באַטאָנען, אַז „ניו־יאָרק איז ניט גאַנץ אַמעריקע“, אָבער דעם אמת געזאָגט געוואָרן, ווערט אַלץ שווערער און שווערער צו דערקלערן דעם חילוק צווישן זיי ביידן וואָס ווײַטער עס פֿאַרשפּרייט זיך די פֿאַרשטאָטיקונג פֿון „אויסער שטאָט“. ווי אַ סימן האָט איר: אַנדערע שטאַטן האָבן באַלד נאָכגעמאַכט דעם ניו־יאָרקער בײַשפּיל און האָבן אויך פּראָקלאַמירט דעם „ערשטן מאָנטיק נאָכן ערשטן דינסטיק פֿון סעפּטעמבער“ ווי דער אָפֿיציעלער טאָג פֿון די אַרבעטער. די אַרבעטער־יוניאָנס אַליין האָבן אומעטום געפֿירט אַ שטאַרקע פּראָפּאַגאַנדע לטובֿת דעם, ווי אַן עפֿנטלעכער באַווײַז פֿון זייער גבֿורה. אין 1894 האָט דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס אָנגענומען אַ געזעץ צו אָנערקענען די דאַטע פֿונעם ערשטן מאָנטיק אין סעפּטעמבער ווי אַן „אָפֿיציעלער לאַנדישער יום־טובֿ“ — לייבאָר־דיי. קאַנאַדע האָט געטאָן דאָס זעלביקע מיט עטלעכע יאָר שפּעטער. די פּאַראַדן און פֿוטבאָל־שפּילן, און פּיקניקן, און פֿײַערווערק זענען געוואָרן אַ שם־דבֿר און אַן אַטראַקציע פֿאַר טוריסטן. שטעט האָבן אַרײַנגעגעבן געלט כּדי די פֿײַערונגען צו פֿאַרטיפֿן און פֿאַרגרעסערן און זיי האָבן אויך געהאָפֿט, אַז זייערע אינוועסטיציעס וועלן דערפֿירן צו הכנסות און רווחים.
דער פֿאַרגלײַך צווישן אייראָפּע און אַמעריקע
אין אייראָפּע איז דער ערשטער מײַ געבליבן נאָענט צו זײַנע אַרבעטאָרישע יסודות. ניט נאָר האָט מען דעם טאָג געפֿײַערט מיט פּאַראַדן און רויטע פֿענער, קעמפֿערישע לידער און קלינגענדיקע רעדעס, נאָר עס זענען אין דער זעלביקער שטאָט אָפֿט געווען באַזונדערע פּאַראַדן פֿאַר סאָציאַליסטן און קאָמוניסטן. מיר, די סאַמע לעבלעכסטע סאָציאַליסטן אין די פֿילאַדעלפֿיע־אַרבעטער־רינג־קרײַזן בעת די דרײַסיקער יאָרן האָבן מאַרשירט מיט די סאָציאַליסטן, נאָר מיר פֿלעגן האַלטן אַן אויג אויף די קאָמוניסטן אויך, כּדי מיר זאָלן וויסן „ווער זיי זײַנען“ און זיך בעסער קענען פֿאַרטיידיקן קעגן זיי בעת זייערע פּרוּוון זיך אַרײַנצוגנבֿענען אין אונדזערע אָרגאַניזאַציעס.
אָבער וואָס ווײַטער האָט זיך דאָס בילד זייער געביטן וואָס שייך דעם פֿאַרגלײַך צווישן אייראָפּע און אַמעריקע. די קאָמוניסטן האָבן דאָ מער און מער מורא געהאַט צו מאַרשירן. ווײַזט אויס, אַז ניט נאָר אַרבעטער־רינגניקעס, נאָר אויך אַנדערע האָבן אויך געהאַלטן אַן אויג אויף זיי, וואָס האָט זיי אפֿשר געקענט אַ מאָל אָנטאָן שאָדן. און די סאָציאַליסטן האָבן אויך אויפֿגעהערט מיט דער צײַט צו מאַרשירן לטובֿת דעם ערשטן מײַ. עס האָט אונדז ווײַטער ניט געפּאַסט. געוווינט האָבן מיר אין אייגענע טײַערע הײַזער אין און אַרום די פֿילאַדעלפֿיער פֿאָרשטעט. סטודענטן זענען מיר געוואָרן אין אייניקע פֿון די בעסטע אוניווערסיטעטן פֿון אַמעריקע. געגרייט האָבן מיר זיך אַרײַנצוטרעטן אין די פּראָפֿעסיעס. ווי האָט זיך דאָס אַלץ געפּאָרט מיט מאַרשירן מיט אַ רויטער פֿאָן און פּראָטעסטירן קעגן דעם קאַפּיטאַליזם?
די אַמעריקאַנער אידעע
אין אַמעריקע איז לייבאָר־דיי געוואָרן ניט מער ווי אַ טייל פֿונעם דרײַ־טאָגיקן סוף־וואָך, וואָס האָט אָפּגעמערקט דעם סוף פֿון די זומער־וואַקאַציעס, וועלכע הייבן זיך אָן מיט מעמאָריעל־דיי סוף יוני. אייניקע אוניווערסיטעטן און מיטלשולן נעמען זיך צוריק צו די לימודים ממש אויף מאָרגן נאָך לייבאָר־דיי. נישט נאָר דאָס, נאָר די „פּאָפּולערע חכמה“ זאָגט אָן, אַז די צוויי בייסבאָל־מאַנשאַפֿטן וואָס פֿאַרנעמען די ערשטע ערטער אין דער „אַמעריקאַנער ליגע“ און אין דער „נאַציאָנאַלער ליגע“ דעם דינסטיק נאָך לייבאָר־דיי וועלן זוכה זײַן זיך צו באַטייליקן און צו קאָנקורירן אין דעם “וועלט־סעריע־פֿאַרמעסט” מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער, כּדי אַנטשיידן דעם „וועלט־טשעמפּיאָן“ פֿון בייסבאָל פֿאַר יענעם יאָר.
פּונקט ווי אַמעריקאַנער גלייבן, אַז ס׳איז זיי פֿון גאָט צוגעשיקט געוואָרן דאָס מזל אײַנצונעמען דעם קאָנטינענט פֿון איין ים צום אַנדערן, פּונקט אַזוי זענען פֿאַראַן אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן וואָס זענען איבערצײַגט, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ הימלישע סמיכות־הפּרשה צווישן די ימים־נוראָים און די בייסבאָל־„וועלט־טשעמפּיאָן־שפּילן“. יעדער רבֿ וואָס וויל זיך באַווײַזן מיט זײַן אַמעריקאַנערטום בעת די ימים־נוראָים, ווען עס קומט אים אויסהערן דער גרעסטער עולם פֿונעם גאַנצן יאָר, וועט זיך סטאַרען אַרײַנצוגעבן עפּעס אַ הלצה וועגן לייבאָר־דיי צי וועגן די וועלט־סעריע־פֿאַרמעסטן, (צי טאַקע וועגן ביידע אין איינעם) אין משך פֿון זײַנע יום־טובֿדיקע דרשות. אצבע־אלוהים הוא, די האַנט פֿון הקדוש־ברוך־הוא אַליין קען מען זען אין אַזעלכע וווּנדערלעכע צופֿאַלן.
אויך די ים־פּלאַזשעס, די גרויסע און בילד־שיינע לאַנדישע פּאַרקן און די שטאָטישע שווים־באַסיינען זענען אַלע שטאַרק פֿאַרנומען מיט מיליאָנען באַזוכערס בעת דעם גרויסן דרײַ־טאָגיקן יום־טובֿ פֿון לייבאָר־דיי. אָבער נאָך לייבאָר־דיי ווערט שוין, געוויינטלעך, שנעל קילער; די בלעטער הייבן אָן צו פֿאַלן פֿון די ביימער, די טעג ווערן אַלץ קירצער און קירצער. די וועלט גרייט זיך שוין באַשײַמפּערלעך אויפֿן ווינטער.
ווינטער גייט מען ניט אויף דעמאָנסטראַציעס און מען קערט ניט איבער קיין וועלטן. דערפֿאַר איז לייבאָר־דיי אַזאַ מכריעדיקער טאָג אין אונדזער גאַנצער פּסיכיק. ער שלאָגט אונדז אַרויס פֿון די היצן און פֿירט אונדז צוריק צו דער וועלט פֿון מחשבֿה און טאַט, פֿון אויפֿטו און פֿון נײַע איניציאַטיוון, פֿון אַרבעט ממש. און דאָס איז אויך דער עצם געדאַנק און אָנזאָג פֿון לייבאָר־דיי. זאָל דער טאָג אונדז אַלעמען ברענגען אַן אמתן אָפּרו און אַ שטאַרקנדיקע דערפֿרישונג! הלוואַי!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO