דער פּאַפּירענער פֿאָרווערטס-וואָכנבלאַט פֿונעם 31סטן אויגוסט 2022The Forverts printout edition for August 31, 2022
צווישן די אַרטיקלען די וואָך: אַ לײַ־ביבליאָטעק אויף דער ייִדיש־וואָך 2022, און אַן אַנאַליז פֿון לידער פֿון איציק פֿעפֿער, דוד האָפֿשטיין און פּרץ מאַרקיש.
אין דעם נומער פֿון „דער פֿאָרווערטס־וואָכנבלאַט“, וואָס איר קענט אַליין אָפּדרוקן און לייענען אין אַ פּאַפּירענעם נוסח דורכן געבן אַ קוועטש דאָ, געפֿינען זיך די ווײַטערדיקע אַרטיקלען:
- אַ לײַ־ביבליאָטעק און אַ סך יונגע ייִדיש־רעדערס אויף דער ייִדיש־וואָך 2022. אַ דאַנק דעם אויסטויש פֿון ביכער האָט איין ייִדיש־וואָכניק געפֿונען אַ בילעט אויף אַ באַל אין פֿילאַדעלפֿיע פֿונעם יאָר 1918.
- „אַ שפּיגל אויף אַ שטיין“: 70 יאָר זינט דער „נאַכט פֿון די דערמאָרדעטע פּאָעטן“. דוד ראָסקעס ברענגט אַ ריי מײַסטערישע פֿערזן פֿון דער באַקאַנטער אַנטאָלאָגיע, אַרײַנגערעכנט פּאָעזיע פֿון איציק פֿעפֿער, דוד האָפֿשטיין און פּרץ מאַרקיש.
- אַן אוקראַיִניש־ייִדישע משפּחה וואָס העלפֿט אויפֿהאַלטן כּלי־זמר־מוזיק אין ישׂראל. בײַם הײַיאָריקן כּלי־זמר־פֿעסטיוואַל אין צפֿת איז די קייטלין־קאַפּעליע געווען די איינציקע וואָס האָט געשפּילט לידער אויפֿן ייִדישן מיזרח־אייראָפּעיִשן שטייגער.
- אינטימע פּרטים װעגן דעם קינסטלער ישׂשׂכר-בער ריבאַק. שטודירנדיק קונסט אין קיִעוו איז דער יונגער ריבאַק געװען באַקאַנט פֿאַר זײַנע בונטאַרישע מעשׂים.
- אַ נײַ, שיין־אילוסטרירט בוך וועגן „דעם לאַנד ביראָבידזשאַן“. דאָס בוך, וואָס איז אויף רוסיש, נעמט אַרײַן איבערגעזעצטע ווערק פֿון דוד בערגעלסאָן, יוסף קערלער און סאַלוואַדאָר באָרזשעס.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO