צווישן די נײַע אָנלײַן-קורסן בײַם פּאַריזער ייִדיש־צענטער: „תּנך און קינאָ“Among the new courses at the Paris Yiddish Center: The Bible in Yiddish Cinema
מע וועט אויך לערנען אַ קורס, „עראָטיק און גראַמאַטיק“ און אַ קלאַס וועגן דעם שטעטל בײַ שלום אַש.
אָנהייבנדיק פֿונעם 19טן סעפּטעמבער וועט דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער לערנען אַ ריי קורסן אויף פֿאַרשידענע ניוואָען —סײַ אויפֿן אָרט, סײַ אויף זום.
די פּראָגראַם נעמט אַרײַן אָנהייבער קורסן, געפֿירט אויף ייִדיש, פֿראַנצייזיש און ענגליש; קורסן פֿאַר מיטעלע סטודענטן און ווײַטהאַלטער אין גאַנצן אויף ייִדיש, און שמועסקרײַזן.
פֿאַר מיטעלע סטודענטן וועט מען לערנען אַ קורס וועגן דעם שטעטל בײַ שלום אַש און אַ צווייטן קורס וועגן איציק מאַנגערס „בוך פֿון גן־עדן“.
ווײַטהאַלטער קענען זיך פֿאַרשרײַבן אויף איינעם אָדער מער פֿון די קורסן, געלערנט אַוודאי אין גאַנצן אויף ייִדיש:
• „תּנך און קינאָ“ מיט טל חבֿר־כיבאָווסקי און יצחק ניבאָרסקי
• „עראָטיק און גראַמאַטיק“ מיט נאַטאַליע קריניצקאַ
• „פּליטים און אימיגראַנטן“ מיט שרון בר־כּוכבֿא
• „זכרונות, ביאָגראַפֿיעס און אויטאָביאָגראַפֿישע ראָמאַנען פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, אַבֿרהם סוצקעווער און אַנדערע שרײַבער“, מיט רובי מאָנעט
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף די קורסן, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO