אַ לײַ־ביבליאָטעק און אַ סך יונגע ייִדיש־רעדערס אויף דער ייִדיש־וואָך 2022A lending library and many Yiddish-speaking kids at Yiddish Vokh 2022
אַ דאַנק דעם אויסטויש פֿון ביכער האָט איין ייִדיש־וואָכניק געפֿונען אַ בילעט אויף אַ באַל אין פֿילאַדעלפֿיע פֿונעם יאָר 1918.
ווי איך טו שוין מער ווי 40 יאָר לאַנג, האָב איך דעם זומער פֿאַרבראַכט אַ גאַנצע וואָך אין די בערקשיר־בערג אין ניו־יאָרק, אַרומגערינגלט מיט ייִדיש־רעדער פֿון אַלע עלטערס. דאָ רעד איך אַוודאי וועגן דער ייִדיש־וואָך אָרגאַניזירט פֿון דער אָרגאַניזאַציע יוגנטרוף.
כאָטש יעדעס יאָר שליס איך זיך אָן אין אַ לייענקרײַז האָב איך דאָס מאָל זיך נישט געקענט מתחייבֿ זײַן אויף אַזאַ טאָגטעגלעכער אַקטיוויטעט ווײַל איך האָב זיך אונטערגענומען צו העלפֿן אָנפֿירן מיט די קינדער־גרופּעס און נישט געוווּסט פּינקטלעך וואָס מײַן צײַטפּלאַן וועט זײַן. טאַקע אַ שאָד, ווײַל די לייענקרײַזן גיבן מיר תּמיד אַ גאָלדענע געלעגנהייט זיך צו פֿאַרטיפֿן אין אַ ראָמאַן!
דערפֿאַר האָב איך זיך דערפֿרייט צו הערן אַז מע האָט אויף דער הײַיאָריקער ייִדיש־וואָך צונויפֿגעשטעלט אַן אומפֿאָרמעלע לײַ־ביבליאָטעק פֿון ייִדישע ביכער און זשורנאַלן. וואָס עפּעס? צוליב דעם וואָס מע האָט פּלאַנירט אַן עקסקורסיע אינעם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, האָבן די אָרגאַניזירער פֿאַרבעטן מענטשן מיטצוברענגען ייִדישע ביכער פֿון דער היים אויף אַוועקצוגעבן, אָבער איידער מ׳איז געפֿאָרן קיין אַמהערסט האָט מען געלאָזט די ייִדיש־וואָכניקעס אַליין אויסקלײַבן ביכער פֿאַר זיך.
„אפֿשר וועל איך דאָרט געפֿינען עפּעס אַ גוט בעלעטריסטיש ווערק, וואָס איך קען לייענען ווען איך האָב אַ פֿרײַע שעה אָדער צוויי?“ האָב איך געקלערט.
בין איך אַרײַן אינעם אַזוי־גערופֿענעם „אָזערע־פּאַוויליאָן“ און דערזען פֿיר קאַסטנס פֿול מיט אַלטע ביכער און צײַטשריפֿטן. נאָכן דורכבלעטערן עטלעכע פֿון זיי האָב איך גענומען לייענען די ערשטע זײַט פֿון יונה ראָזענפֿעלדס אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן, „איינער אַליין“ און בין גלײַך אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין דער מעשׂה: ווי דער מחבר, אַ קײַלעכיקער יתום, איז געוואָרן אַ לערן־ייִנגל בײַ אַ בייזן טאָקער מיט זײַן גאָר אומסימפּאַטישער משפּחה, און ווי דאָס ייִנגל האָט זיך פֿאָרט געגעבן אַן עצה, אַ דאַנק זײַן חכמה, זײַן גוטן פֿאַרשטאַנד פֿון דער מענטשלעכער נאַטור און זײַן חוש פֿאַר הומאָר.
איך בין נישט די איינציקע וואָס האָט אַנטדעקט עפּעס אינטערעסאַנטס אין דעם אימפּראָוויזירטער ביבליאָטעק: בענאַ קעסלער, אַ 34־יאָריקע אַקטיוויטעטן־קאָאָרדינירערין אין אַ שיקאַגער מושבֿ־זקנים, האָט געפֿונען אַ ייִדיש בוך וועגן געאָלאָגיע פֿון ד״ר אַב. קאַספּע, אַרויסגעגעבן פֿון דער אַרבעטער־רינג־ביבליאָטעק אין 1918 — און דווקא אין זייער אַ גוטן מצבֿ! און נאָך עפּעס האָט זי געפֿונען, וואָס איז נאָך מער טשיקאַווע: צווישן די זײַטן פֿון בוך איז אַרויסגעפֿאַלן אַ בילעט צום יערלעכן באַל פֿונעם פֿילאַדעלפֿיער צווײַג פֿונעם אַמאָליקן (מסתּמא קאָמוניסטישן) פֿאַראיין „אַרבעטערס אינטערנאַציאָנאַלער שוץ־קאָנפֿערענץ“, וואָס האָט געזאָלט פֿאָרקומען אין דער נאַכט פֿון דאַנקטאָג, דעם 28סטן נאָוועמבער 1918! דער אַרײַנגאַנג — בלויז 50 סענט, וואָס האָט אַרײַנגענומען דעם פּרײַז פֿונעם מלחמה־שטײַער און גאַרדעראָב.
דער אַנדערער סופּריז אויף דער ייִדיש־וואָך איז געווען די הויכע צאָל קינדער. צווישן די 150 אָנטיילנעמער זענען 33 געווען אונטער 18 יאָר; מיט אַנדערע ווערטער, די קינדער האָבן באַטראָפֿן מער ווי אַ פֿיפֿטל פֿון די ייִדיש־וואָכניקעס! און מע האָט טאַקע געזען און געהערט די ייִדיש־רענדיקע קינדער אויף טריט און שריט: אינעם שווימבאַסיין, בײַ די מאָלצײַטן אין עסצימער און אין דרויסן, און אויפֿן בריקל איבער דער אָזערע וווּ עס וווינען דרײַ ריזיקע טשערעפּאַכעס — אַ באַליבט „טוריסטן־אָרט“ פֿאַר די ייִנגסטע ייִדיש־וואָכניקעס.
זונטיק אויף דער נאַכט האָט מען, ווי יעדן זומער, געשפּילט אַ ייִדישן נוסח פֿונעם טעלעוויזיע־שפּיל „פֿעמילי פֿיוד“ (אויף דער ייִדיש־וואָך רופֿט מען עס „וואָס זאָגט עמך?“), וווּ צוויי מאַנשאַפֿטן דאַרפֿן פּרוּוון טרעפֿן די ענטפֿערס וואָס ס׳רובֿ ייִדיש־קענער (מער פּינקטלעך: פֿאָרווערטס־לייענער) האָבן געגעבן אין אַן אַנקעטע. די מאַנשאַפֿט וואָס טרעפֿט די מערסטע ריכטיקע ענטפֿערס געווינט די שפּיל.
נישט קיין חידוש וואָס אויף דער פֿראַגע, „וואָס איז עפּעס וואָס מע ברענגט מיט אויף אַ וואַקאַציע?“ האָט דער ייִנגסטער שפּילער, בצלאל שאַזיר, געגעבן אַן ענטפֿער וואָס ס׳רובֿ אַמעריקאַנער וואָלטן מסתּמא נישט געזאָגט, אָבער וואָס איז אונדז ייִדיש־וואָכניקעס געווען זעלבסטפֿאַרשטענדלעך: „ביכער!“
די טעכנישע אַספּעקטן פֿונעם שפּיל האָט מינע־ליפֿשע דורכגעפֿירט, געבנדיק דעם אײַנדרוק אַז מיר קוקן אויפֿן אמתע טעלעוויזיע־שפּיל, נאָר אין גאַנצן אויף ייִדיש! אָט קענט איר זען אַ חלק דערפֿון. (אויב דער ווידעאָ הייבט זיך צוליב עפּעס אַ סיבה נישט אָן, גיט אַ קוועטש אויפֿן וואָרט YouTube אונטן רעכטס.)
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO