Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אינטימע פּרטים װעגן דעם קינסטלער ישׂשׂכר-בער ריבאַק Intimate details about the artist Issachar Ber Ryback

שטודירנדיק קונסט אין קיִעוו איז ער געװען באַקאַנט פֿאַר זײַנע בונטאַרישע מעשׂים.

סוף־כּל־סוף הײבט דער ברייטער עולם אָן צו אָנערקענען די פּרעכטיקע קונסטווערק פֿונעם ייִדישן קינסטלער ישׂשׂכר בער ריבאַק (1897־1935). אַן אַנומלטיקער אַרטיקל אין „האַרץ“ איז אַ ממשותדיקער סימן דערפֿון.

דער אַרטיקל, אָנגעשריבן פֿון נעמה ריבה, באַשרײַבט אַ וויכטיקע אױסשטעלונג פֿון ריבאַקס װערק, וואָס קומט איצט פֿאָר בײַם ייִדישן מוזײ אין פּאַריז. ביזן סוף 2022 קען מען דאָרטן זען אַרום 20 פֿון ריבאַקס קונסטווערק, צוזאַמען מיט די געהעריקע דאָקומענטן, און באַרײַכערט פֿון רעפֿעראַטן און קאָנצערטן. דער פּאַריזער מוזײ, אַ דאַנק אַן אױסערגעװײנטלעכער צוזאַמענאַרבעט מיט די קונסטמוזײען אין בתּ־ים, ישׂראל, האָט געבאָרגט 10 מאָלערײַען בײַם ריבאַק־הױז, אַ טײל פֿון בתּ־ים.

ריבה באַשרײַבט װי ריבאַקס אַלמנה, סאָניע, האָט געגרינדעט דאָס ריבאַק־הױז אין 1963 װי אַ דענקמאָל צו איר מאַן — װאָס איז געשטאָרבן צום יונגן עלטער פֿון 38 יאָר. ריבה ציטירט קוראַטאָרן און פֿאָרשערס אין פֿראַנקרײַך און ישׂראל װאָס באַשרײַבן ריבאַקס טאַלאַנט און ווי באַרימט ער איז געווען — כּמעט אַזוי באַרימט ווי מאַרק שאַגאַל. מען דערמאָנט ריבאַק אָפֿט מאָל בשותּפֿות מיט שאַגאַלן צוליב דעם וואָס זיי האָבן ביידע געמאָלט ייִדישע טעמעס, כאָטש ריבאַקס װערק זענען טונקעלער און מיט אַ מער געפּײַניקטער שטימונג. אױב ריבאַק װאָלט, ווי שאַגאַל, דערלעבט ביז 97 יאָר װאָלטן די צװײ מאָלערס מסתּמא געװען ערנסטע קאָנקורענטן.

אין איר אַרטיקל גיט ריבה אַן אינפֿאָרמאַטיװן איבערבליק פֿון ריבאַקס לעבן און קאַריערע — אַ טעמע וואָס דער פֿאָרווערטס האָט וועגן דעם לעצטנס געשריבן. געבױרן איז ער אין אוקראַיִנע אין 1897, שטודירט קונסט אין קיִעװ, און זיך באַזעצט אין פּאַריז אין 1926. ער האָט געשאַפֿן מאָלערײַען, ליטאָגראַפֿיעס, ביכער־אילוסטראַציעס און עטלעכע סקולפּטורן, כּמעט אויסשליסלעך אױף ייִדישע טעמעס. זײַן מײַסטערװערק איז אַ סעריע ליטאָגראַפֿיעס, „מײַן חרובֿע הײם” (1923), װאָס שילדערט דאָס ייִדישע לעבן אין די שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע פֿאַר די טראַװמעס פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה און די װײַטערדיקע פּאָגראָמען. ריבה גיט אונדז אָבער אַ סך מער װי די פֿאַקטן: זי פֿירט אײַן, אַ פּנים, צום ערשטן מאָל אױף ענגליש, אינטימע פּרטים װעגן ריבאַקס פּערזענלעכקײט און דערפֿאַרונגען.

ריבאַקס משפּחה איז למשל געװען אַ משׂכּילישע, וואָס האָט פֿאַרמאָגט סײַ ספֿרים סײַ רוסישע ליטעראַטור. װען ישׂשׂכר ריבאַק איז געװען אַ קינד האָבן זײַנע ברידער און שװעסטער חוזק געמאַכט פֿון אים צוליב זײַן אינטערעס צו קונסט. װי אַ צענערלינג האָט ער געמאָלט קריסטלעכע סצענעס אין קלױסטערס אַרום דער אוקראַיִנישער שטאָט כערסאָן. מיר הערן װעגן זײַן „שטורעמדיקן טעמפּעראַמענט“, און אַז ער איז געװען באַקאַנט פֿאַר זײַנע בונטאַרישע מעשׂים װען ער האָט שטודירט קונסט אין קיִעװ. פֿון זשורנאַלן למשל האָט ער זיך געלערנט וועגן אַוואַנגאַרד־באַװעגונגען װי קוביזם, וויסנדיק אַז זײַנע לערערס האָבן נישט געהאַלטן דערפֿון. אײנער פֿון די דאָזיקע לערערס, עמנואל מאנה כּץ, האָט באַשריבן װי ריבאַק אַלײן האָט באַשלאָסן צו מאָלן ייִדישע טעמעס, נישט געקוקט אױף דער אָפּמוטיקונג פֿון אַנדערע קינסטלערס.

כּץ האָט אױך גערעדט װעגן ריבאַקס איבערגעגעבנקײט צו דער ייִדישער פֿאָלקסקונסט װי אַ קװאַל פֿאַר זײַן אײגענער שאַפֿערישקײט — אַ ירושה פֿון זײַנע נסיעות װי אַ יונגער מאַן דורך בעלאַרוס מיטן קינסטלער, על ליסיצקי׃ צוזאַמען האָבן זײ באַזוכט ייִדישע שטעטלעך און אײַנגעזאַפּט די רײַכע װיזועלע אידיאָמען פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קונסט, אַרײַנגערעכנט די אַלטע הילצערנע שילן װאָס ריבאַק האָט שפּעטער אַזױ רירנדיק געמאָלט. אױף אַן אַנדער טעמע, הערן מיר אַז ריבאַק האָט געהאַט דאָס גאַנצע לעבן אַ ספּעציעלע באַציִונג מיט קינדער, װאָס ער האָט אָפֿט געמאָלט מיט אַן אױסערגעװײנטלעכער סענסיטיװקײט. די סיבה פֿאַר זײַן פֿריִיִקן טױט בלײַבט אַ מיסטעריע, אָבער לויט ס׳רובֿ קוואַלן איז ער פּלוצעם קראַנק געװאָרן און איז געשטאָרבן אין שפּיטאָל מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער.

אין ריבאַס אַרטיקל קומט ריבאַק אַרױס פֿאַרן ערשטן מאָל װי אַ מענטש פֿון פֿלײש און בלוט, מיט זײער אַ שטאַרקער פּערזענלעכקײט. אַװדאי שטעלט ריבה נישט פֿאָר די מקורים פֿון די דאָזיקע נײַע פּרטים׃ זי האָט דאָך געשריבן אַ צײַטונג־אַרטיקל, נישט קײן װיסנשאַפֿטלעכע שטודיע. פֿונדעסטװעגן איז איר באַריכט אַ בײַשפּיל, אַז מע באַציט זיך איצט ערנסט און מיט דרך־ארץ צו די ייִדישע קינסטלער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, און אַז ריבאַק בפֿרט איז אין דער קונסטוועלט דעמאָלט געווען ממש אַ גדול־הדור.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version