ראָמאַן: ווי אַ משפּחה פֿון אַ ליטוויש שטעטל האָט איבערגעלעבט מלחמות און רעוואָלוציעסNovel: How a family from a Lithuanian shtetl experienced war and revolution
דאָס בוך איז ענלעך אויף די ראָמאַנען, װאָס מען האָט געדרוקט אין המשכים אין די ייִדישע צײַטונגען מיט 100 יאָר צוריק.
„צו װאָס ראָמאַנען, װען דאָס לעבן אַלײן איז אַ ראָמאַן?‟ האָט געפֿרעגט שלום־עליכם אין דער הקדמה צו זײַן אױטאָביאָגראַפֿישן בוך „פֿונעם יריד‟.
און טאַקע, אין געשיכטע פֿון יעדער ייִדישער משפּחה געפֿינט זיך רױשטאָף פֿאַר אַ פֿאַרכאַפּנדיקן ראָמאַן, בפֿרט װען מען האָט באַװיזן אָפּצוהיטן דאָקומענטאַלע גבֿיות־עדותן פֿונעם עבֿר. דער דאָזיקער מאַטעריאַל קען דינען װי דער פֿאַקטישער יסוד פֿאַר אַ ליטעראַרישן בנין, װאָס װערט אױפֿגעבױט דורכן שעפֿערישן כּוח־הדמיון. אין די לעצטע יאָרן איז אַזאַ ליטעראַרישער זשאַנער, װאָס שמעלץ צונױף פֿאַקטן און פֿאַנטאַזיע, געװאָרן גאַנץ פּאָפּולער אין אַמעריקע. צו דעם דאָזיקן זשאַנער געהערט אױך דער ראָמאַן „שאַװלאַן‟ פֿון יוניס בלעקער.
„שאַװלאַן‟ איז אַ ליטעראַרישער פּראָיעקט פֿונעם עפּישן פֿאַרנעם, װאָס באַזירט זיך אױף אַ גרונדיקער פֿאָרש־אַרבעט פֿון דער מחברטע. די האַנדלונג הײבט זיך אָן אין דער רוסישער אימפּעריע אין די 1870ער יאָרן און ענדיקט זיך אין אַמעריקע אין די 1920ער. דער ראָמאַן דערצײלט װעגן דער תּקופֿה פֿון דער ייִדישער מאַסן־עמיגראַציע פֿון מזרח־אײראָפּע מעבֿר־לים, און דער לײענער פֿאָלגט די העלדן קײן אַמעריקע, ענגלאַנד און דרום־אַפֿריקע. אָבער דער געאָגראַפֿישער צענטער פֿונעם סיפּור־המעשׂה איז דאָס ליטװישע שטעטל שאַװלאַן (אױף ליטװיש׃ שאַולענײַ), װאָס געפֿינט זיך לעבן דער שטאָט שאַװעל (שאַולײַ). דאָס איז דער הײמאָרט פֿון שׂרה־טױבע גראַזוטיס, דער מחברטעס באָבע און דער הױפּט־העלדין פֿונעם ראָמאַן.
די געשיכטע פֿון שׂרה־טובֿה און איר משפּחה איז געווען טיפּיש בײַ הונדערטער טױזנטער ייִדישע אימיגראַנטן, װאָס זײַנען געקומען קײן אַמעריקע אין יענער תּקופֿה. װי אַלע משפּחה־געשיכטעס פֿון יענער צײַט, האָט זי אַ סך אײגנאַרטיקע דראַמאַטישע מאָמענטן. אַ שטעטלדיקער יונגערמאַן מיטן נאָמען טשאַרלס (עס איז ניט קלאָר, װאָס איז געװען זײַן ייִדישער נאָמען) איז לכתּחילה געקומען קײן אַמעריקע מיט דער ערשטער כװאַליע פֿון דער אימיגראַציע אין 1884, אָבער אין פֿיר יאָר אַרום איז ער געװאָרן אַנטױשט אינעם אַמעריקאַנער חלום און באַשלאָסן זיך אומצוקערן קײן ליטע. די מחברטע דערקלערט זײַן רײַזע װי אַ מין זוכעניש פֿונעם אײגענעם „זיך‟, װי עס קומט פֿאָר צו מאָל בײַ הײַנטיקע יונגעלײַט: „ער איז געקומען קײן אַמעריקע צו געפֿינען זיך אַלײן אָבער עס איז גאָר ניט געװען אין אַמעריקע פֿאַר אים װאָס צו געפֿינען.‟ װי װײַט פּאַסט זיך אַזאַ אױסטײַטשונג צו צו פּראָסטע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון יענער צײַט, איז טאַקע אַ פֿראַגע. אָבער װי עס זאָל ניט זײַן, האָט אױף אים אין שאַװלאַן געװאַרט שׂרה־טױבע. זײ האָבן חתונה געהאַט אין 1888.
טשאַרלס האָט בשום־אופֿן ניט געװאָלט פֿאָרן צוריק קײן אַמעריקע, אָבער זיצן אינעם שטעטל מיט דער פֿרױ און קינדער איז אים אױך געװען נימאס. מיט עטלעכע צענדליק יאָר שפּעטער האָט ער זיך װידער געלאָזט אין װעג אַרײַן זוכן גליקן אין דער װײַטער דרום־אַפֿריקע; זײַן משפּחה האָט ער איבערגעלאָזט אין דער הײם. אַזאַ מאַנצבלישער טיפּ איז געװען אַ באַקאַנטע פֿיגור אינעם ייִדישן לעבן פֿון יענער צײַט. שלום־עליכם האָט אים פֿאַראײביקט אין דער ליטעראַרישער געשטאַלט פֿון מנחם־מענדל. שׂרה־טױבע האָט טאַקע יאָ געװאָלט עמיגרירן, און דװקא קײן אַמעריקע, אָבער איר האָט עס זיך אײַנגעגעבן ערשט אין 1923. אין צװישן איז איר אױסגעפֿאַלן איבערצולעבן אַ סך פּורעניות, דעם גירוש פֿונעם שטעטל דורך דער רוסישער אַרמײ בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, די פּאָגראָמען אין אוקראַיִנע בעתן רוסישן בירגער־קריג, און כּלערלײ מניעות אױפֿן װעג אין דער „גאָלדענער מדינה‟.
װען מען נעמט זיך בעלעטריזירן אַ פֿאַקטישן מאַטעריאַל, דאַרף מען קענען מחיה־מתים זײַן די לאַנג־געשטאָרבענע פּערסאָנאַזשן, לאָזן זײ רעדן און פֿירן זיך װי לעבעדיקע בשׂר־ודמס פֿון זײער צײַט. און אין דעם זין איז „שאַװלאַן‟ ניט זײער געלונגען װי אַ ליטעראַריש װערק. די העלדן רעדן װי הײַנטיקע אַמעריקאַנער און ניט װי אַמאָליקע שטעטלדיקע ייִדן. זײ חקירהן זיך װעגן אַזעלכע אַבסטראַקטע ענינים װי רעליגיעזע פֿרײַהײט און פּאָליטישע רעכט, װעגן ציוניזם און ייִדישער הײמלאָזיקײט: „מיר זײַנען ייִדן. מיר האָבן ניט קײן לאַנד. די ציוניסטן האַלטן אַז מיר דאַרפֿן פֿאָרן קײן פּאַלעסטינע און בױען אַ הײמלאַנד, אָבער איך װײס ניט. און דערצו זײַנען דאָ פּאָגראָמען.‟
אַזױ שמועסן צװײ פֿרױען אין אַ שטעטל אין 1877. די ערשטע כװאַליע פֿון פּאָגראָמען אין רוסלאַנד װעט זײַן ערשט מיט פֿיר יאָר שפּעטער אין 1881, און עס בלײַבן נאָך צװאַנציק יאָר ביז דעם ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל אין 1897! װען עס קומט צו ייִדישע װערטלעך, װאָס די מחברטה װאַרפֿט דאָ און דאָרט אינעם ענגלישן טעקסט, קלינגען זײ צו מאָל ניט נאַטירלעך, װי דירעקטע איבערזעצונען פֿון ענגליש, װי למשל דעם רבֿס װענדונג צו דעם עולם פּליטים׃ „מײַנע טײַערע ייִדישע מענטשן!‟
חוץ די מיטגלידער פֿון דער מחברטעס משפּחה און זײערע לאַנדסלײַט באַװײַזן זיך אינעם ראָמאַן גאַנצע שאר־ירקות פֿון היסטאָרישע פּערסאָנאַזשן, אַזעלכע װי די ייִדישע רעװאָלוציאָנערקע העסיע העלפֿמאַן און די גאַנצע גרופּע פֿון אירע חבֿרים, די רוסישע טעראָריסטן, װאָס האָבן דערהרגעט דעם צאַר אַלעקסאַנדער דעם צװײטן אין 1881. חוץ דעם טרעפֿט מען דאָ װלאַדימיר איליטש לענין, מאַכאַטמאַ גאַנדי, װינסטאָן טשערטשיל און לעאָן טראָצקי. זײער ראָלע איז מסתּמא צו שאַפֿן אַ ברײטערן היסטאָרישן הינטערגרונט, אָבער לרובֿ זײַנען זײ גאָר ניט גלײבװערדיק װי ליטעראַרישע געשטאַלטן. אין דעם זין דערמאָנט „שאַװלאַן‟ אײניקע אַמאָליקע ייִדישע צײַטונג־ראָמאַנען, װאָס מען האָט געדרוקט אין המשכים אין „פֿאָרװערטס‟ און אַנדערע צײַטונגען מיט הונדערט יאָר צוריק, װי למשל שלום־עליכמס „דער מבול‟. זײַן װערט ליגט אינעם היסטאָרישן סיפּור־המעשׂה מער װי אין זײַן קינסטלערישער פֿאָרעם.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO