אַלינאַ פּאָלאָנסקאַיאַ — אַ פֿאָרשערין פֿון י. ל. פּרצעס רעטענישןAlina Polonskaya – a researcher of I. L. Peretz’s enigmas
געוויסע קאָמפּליצירטע ווערק פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער בלײַבן מיסטעריעז, ווײַל ער האָט זיי אָפֿט איבערגעשריבן.
באַמערקונג פֿון דער רעדאַקציע: דעם אַרטיקל האָט מען דערהײַנטיקט כּדי אַרויסצונעמען געוויסע קאָמענטאַרן וואָס זענען באַטראַכט געוואָרן פֿאַר באַליידיקנדיק צו די אוקראַיִנער.
דער ייִדישער שרײַבער יצחק־לייבוש פּרץ האָט במשך פֿון זײַן לעבן שטאַרק געביטן אַ טייל פֿון זײַנע ווערק. למשל, ס׳איז פֿאַקטיש אוממעגלעך צו רעדן וועגן זײַן פּיעסע „בײַנאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק‟ אין אַלגעמיין; יעדע אויסגאַבע שיידט זיך ממשותדיק אונטער פֿון אַ צווייטער. אַלינאַ פּאָליאַנסקאַיאַ, אַ דאָקטאָראַנטקע פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט, פֿאַרנעמט זיך מיט דער קאָמפּליצירטער ירושה פֿון פּרצן, כּדי צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די חסידישע פֿילאָסאָפֿיע און טעאָלאָגיע האָט געווירקט אויף זײַן צוגאַנג צו חסידישע ניגונים.
אַ געבוירענע אין מאָסקווע, וווינט פּאָלאָנסקאַיאַ זינט 2015 אין ישׂראל – איצט אין דער שטאָט חדרה – און שרײַבט איר דאָקטאָראַט אונטער דער וויסנשאַפֿטלעכער פֿירערשאַפֿט פֿון פּראָפֿ׳ צבֿי מאַרק און פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קאָטלערמאַן. זי קען פֿליסיק ייִדיש און פֿירט ייִדיש־לימודים סײַ פֿאַר אָנהייבער, סײַ פֿאַר פֿאָרגעשריטענע תּלמידים. איין ייִדיש־קלאַס פֿירט זי שוין 12 יאָר: צוערשט אין מאָסקווע, און איצט – פֿאַרשטייט זיך, מיט נײַע תּלמידים און תּלמידות – אויף דער אינטערנעץ. זי פֿירט אויך אָן מיט אַ קאַנאַל וועגן ייִדישע שפּריכווערטער אויף דער פּלאַטפֿאָרמע „טעלעגראַם‟. זי איז אויך אַ לערערין פֿון ענגליש, פֿראַנצויזיש, העברעיִש און רוסיש.
אין 2002 – 2003 האָט זי אינעם פּאַריזער סאָרבאָן־אוניווערסיטעט פֿאַרטיידיקט איר מאַגיסטער־דיסערטאַציע וועגן דעם אימאַזש פֿון דער שיינער ייִדישער פֿרוי אין די ווערק פֿונעם פֿראַנצויזישן קלאַסיקער אָנאָרע דע באַלזאַק. שפּעטער, אין 2003 – 2005, האָט זי שטודירט די ייִדישע ליטעראַטור אינעם פּאַריזער ייִדישן קולטור־צענטער און אין דער מעדעם־ביבליאָטעק בײַ ד״ר יצחק ניבאָרסקי. דעמאָלט איז זי שוין אַליין געווען אַ ייִדיש־לערערין. דערנאָך האָט זי זיך אומגעקערט קיין מאָסקווע און זיך ווײַטער געפֿאָרשט די פֿאַרבינדונגען צווישן דעם פֿראַנצויזישן ראָמאַנטיזם און דעם געשטאַלט פֿון ייִדישע פֿרויען אין דער ייִדישער און רוסישער ליטעראַטור.
פֿון צײַט צו צײַט אַרבעט פּאָלאָנסקאַיאַ ווי אַ וועגווײַזערין אינעם ירושלימער באָטאַנישן גאָרטן. זי האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז זי האָפֿט צו געפֿינען חסידישע באַזוכער פֿונעם גאָרטן, כּדי אויסצונוצן איר באַקאַנטשאַפֿט מיט מרדכי שעכטערס ווערטערבוך פֿון באָטאַנישע טערמינען אויף ייִדיש. דערווײַל זענען די חסידים אָבער נישט פֿאַראינטערעסירט אין קיין אָרגאַניזירטע עקסקורסיעס.
פֿאַר זיך אַליין, אינטערעסירט זי זיך מיט דער טעמע פֿון ביימער און געוויקסן אין חסידות און קבלה. למשל, איר איז אינטערעסאַנט, אַז על־פּי קבלה ווערן די מענטשלעכע נשמות באַטראַכט ווי אַ קאָסמישער בוים, און בײַ געוויינטלעכע ביימער איז פֿאַראַן אַן אייגן נפֿש; צומאָל שטעקט אין זיי אַפֿילו אַ גילגול פֿון אַ מענטש. רבי נחמן בראַצלעווער האָט אַמאָל דערקלערט אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק, וואָס האָט נישט געהאַט קיין קינדער, אַז זיי וווינען אין אַ שטוב, אויסגעבויט פֿון יונגע ביימער, וואָס מע האָט נישט געטאָרט סתּם אַזוי אָפּהאַקן.
רבי נחמן שפּילט אַ גרויסע ראָלע אין פּאָלאָנסקאַיאַס פֿאָרשונגען. זי האָט באַמערקט נײַע פֿאַרבינדונגען צווישן זײַנע סיפּורי־מעשׂיות און פֿראַנץ קאַפֿקאַס ראָמאַנען. קאַפֿקאַ איז געווען אַ ביסל באַקאַנט מיט רבי נחמנען צוליב מאַרטין בובערס דײַטשישע איבערזעצונגען פֿון חסידישע מעשׂיות. בדרך־כּלל, האָפֿט די פֿאָרשערין צו ווערן אַ שטענדיקע פּראָפֿעסאָרין און פֿאָרשן ווײַטער די פֿאַרבינדונגען צווישן חסידות און דעם אייראָפּעיִשן ראָמאַנטיזם.
נישט לאַנג צוריק, האָט זיך פּאָלאָנסקאַיאַ געראַנגלט מיט דער קשיא: צי אַ שיל־קלאַפּער קאָן מיינען נישט דעם מענטש, וואָס גייט אַרום אין אַ שטעטל און וועקט אויף ייִדן צו דאַוונען, נאָר דעם אינסטרומענט, וואָס ער נוצט: געוויינטלעך, אַ גרויסן הילצערנעם האַמער? אין דער וואַרשעווער אויסגאַבע פֿון פּרצעס „בײַנאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1907, איז איז עס טאַקע דער מענטש, לויטן געוויינטלעכן באַדײַט פֿונעם „שיל־קלאַפּער‟. ווײַזט זיך אָבער אויס, אַז אין אַנדערע אויסגאַבעס פֿונעם זעלבן ווערק ווערט דער „שיל־קלאַפּער‟ טאַקע פֿאַרוואַנדלט אינעם האַמער, און דער גאַנצער נוסח זעט שוין אויס אַנדערש.
צום בײַשפּיל, אין דער ניו־יאָרקער אויסגאַבע פֿון דער פּיעסע, אַרויסגעלאָזט אין 1920, בײַם סאַמע אָנהייב, ווערט דערמאָנט אָט אַזאַ אויסטערליש געשטאַלט: „דער אַלטער געץ איבערן ברונעם – האַלב מאַן, האַלב ווײַב מיט אַ האָרן אויף דער מענלעכער זײַט‟. פֿון וואַנען נעמט זיך בכלל אַזאַ פּערסאָנאַזש? פּרץ איז ניפֿטר געוואָרן אין 1915. צווישן די אויסגאַבעס פֿון „בײַנאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק‟, וואָס זענען אַרויס, ווען ער האָט נאָך געלעבט, האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן צו געפֿינען אַזאַ מאָדנע פֿיגור. מסתּמא, האָט דער שרײַבער איבערגעלאָזט אַ סך פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿונעם ווערק.
פּרצעס פֿאַרבינדונג צו חסידות בלײַבט אויך אין אַ געוויסער מאָס אַ רעטעניש. ס׳איז קלאָר, אַז ער איז געווען פֿאַרליבט אין די חסידישע מעשׂיות און ניגונים, זײַענדיק אַליין אַ וועלטלעכער ייִד. עס קאָן זײַן, אַז ער איז געווען אַ פֿאָרלויפֿער פֿון די הײַנטיקע נעאָ־חסידים – ייִדן, וואָס גלייבן אין חסידות ווי אַ מיסטישן דרך, נאָר לעבן לאַוו־דווקא על־פּי הלכה. האָפֿנטלעך, וועלן פּאָלאָנסקאַיאַס פֿאָרשונגען העלפֿן צו לייזן די דאָזיקע רעטעניש.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO