אַ פֿײַערונג לכּבֿוד דער 50סטער טרעפֿונג פֿונעם ייִדישן אָפֿענעם מיקראָפֿאָן־קאַפֿעA celebration of the 50th Yiddish Open Mic Cafe
אין דער סעסיע וועלן זיך באַטייליקן די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער און די יודאַיִסטיק־פּראָפֿעסאָרין לילי קאַהן
„דער ייִדישער אָפֿענער מיקראָפֿאָן־קאַפֿע“ — אַ חודשלעכע זום־טרעפֿונג וווּ די באַטייליקטע טיילן זיך מיט ייִדישע לידער, מעשׂיות און וויצן — וועט דעם 14טן אויגוסט פֿײַערן זײַן 50סטע פּראָגראַם. די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען סײַ דורך זום, סײַ אינעם ייִדישן קהילה־צענטער JW3, אין לאָנדאָן.
דאָס מאָל וועלן זיך אינעם מיקראָפֿאָן־קאַפֿע באַטייליקן די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרשע שׂרה־רחל שעכטער און די לאָנדאָנער פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישע שפּראַכן, לילי קאַהן. שעכטער וועט, לכּבֿוד דעם 125סטן יאָר פֿונעם פֿאָרווערטס, פֿאָרלייענען איר אַרטיקל, „ווי דער פֿאָרווערטס האָט זיך אַ מאָל באַצויגן צו זײַנע לייענערינס“, און קאַהן וועט רעפֿערירן וועגן העווי־מעטאַל מוזיק אויף ייִדיש.
דער ייִדישער אָפֿענער מיקראָפֿאָן־קאַפֿע טרעפֿט זיך שוין זינט אַפּריל 2018 און עס באַטייליקן זיך אין אים מענטשן פֿון איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט אַרגענטינע, ישׂראל, דרום־אַפֿריקע, רוסלאַנד, פּוילן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
כּדי זיך צו רעגיסטרירן, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO