ווידעאָ: אַ לעבעדיק ליד וועגן דעם צוגרייטן אויף שבתVIDEO: A lively Yiddish song about preparing for shabbos
בראָניע ווינער, אַן אָמאָליקע אַטקריסע אין רומעניע, רעכנט אויס אַלץ וואָס אַ ייִדישע בעל־הביתטע מוז צוגרייטן ערבֿ־שבת.
פֿון צײַט צו צײַט דערגייט צו אונדז אַ שיין ייִדיש ליד וואָס איז אונדז אומבאַקאַנט, ווענדן מיר זיך צו די עקספּערטן פֿון ייִדישע לידער. אָבער אַ מאָל ווייסן זיי אַליין נישט פֿון וואַנען עס קומט. אין אַזאַ פֿאַל, ווענדן מיר זיך צו אונדזערע לייענער.
ראָזלין שולמאַן, פֿון סילווער ספּרינג, מערילענד, האָט אונדז צוגעשיקט דעם לינק צו אַ ווידעאָ וואָס זי האָט געמאַכט אין 2012, וווּ איר מאַמע, בראָניע ווינער, זינגט אַ ליד וועגן די פֿאַרשידענע זאַכן וואָס אַ בעל־הביתטע מוז טאָן ערבֿ־שבת.
בראָניע איז געבוירן געוואָרן אין סטראָזשיניץ, אין דער בוקאָווינע, הײַנט אוקראַיִנע, אינעם יאָר 1919. נאָך דער מלחמה האָט זי זיך באַזעצט אין טימיסאָרע, רומעניע וווּ זי האָט חתונה געהאַט און געהאַט צוויי ייִנגלעך. אין 1960 האָט זי מיט איר משפּחה אימיגרירט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ ראָזלין איז געבוירן געוואָרן. „מײַנע ערשטע צוויי שפּראַכן זענען געווען ייִדיש און דײַטש,“ האָט ראָזלין געזאָגט.
אין 2003 איז ראָזלינס טאַטע געשטאָרבן אָבער די מאַמע לעבט נאָך; הײַנט איז זי 103 יאָר אַלט.
„פֿאַר דער מלחמה האָט מײַן מאַמע אויפֿגעטראָטן אין ייִדישן טעאַטער — האָט ראָזלין געזאָגט — האָב איך מיט עטלעכע יאָר צוריק באַשלאָסן צו מאַכן אַ ווידעאָ וווּ זי זינגט דאָס טעאַטער־ליד וועגן די צוגרייטונגען אויף שבת.“
הערט זיך אַליין צו צום ליד און אויב איר האָט עס שוין פֿריִער געהערט, און ווייסט עפּעס וועגן דעם, שרײַבט צו אונדז אויף [email protected].
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO