דער פּאַפּירענער פֿאָרווערטס וואָכנבלאַט פֿונעם 27סטן יולי 2022The Forverts printout edition for July 27, 2022
אין דעם נומער: אַ בכּבֿודיקע פּרעמיע פֿאַרן לינגוויסט אײַזיק בלימאַן; באַשעוויסעס „שׂונאים: געשיכטע פֿון אַ ליבע“ צום ערשטן מאָל אין בוכפֿאָרעם.
אין דעם נומער פֿון „דער פֿאָרווערטס־וואָכנבלאַט“, וואָס איר קענט אַליין אָפּדרוקן און לייענען אין אַ פּאַפּירענעם נוסח דורכן געבן אַ קוועטש דאָ, געפֿינען זיך די ווײַטערדיקע אַרטיקלען:
- דער לינגוויסט אײַזיק בלימאַן באַקומט אַ בכּבֿודיקע פּרעמיע צו פֿאָרשן דאָס לשון פֿון דער שארית־הפּליטה. די פּרעמיע פֿון דער נאַציאָנאַלער וויסנשאַפֿט־פֿונדאַציע, וואָס וועט אויסגעטיילט ווערן במשך פֿון פֿינעף יאָר, באַטרעפֿט $470,000.
- צום ערשטן מאָל אויף ייִדיש אין בוכפֿאָרעם — באַשעוויסעס „שׂונאים: די געשיכטע פֿון אַ ליבע“. די נײַע אויסגאַבע ווערט אָפּגעדרוקט לויט די ייִוואָ־תּקנות, וועט זי במילא זײַן מער צוטריטלעך פֿאַר ייִדיש־סטודענטן.
- אַ פֿרויס אומאויסשעפּלעכע באַמיִונגען אַוועקצושיקן איר קינד פֿון פּוילן. אויפֿן סמך פֿון אַ בינטל ייִדישע בריוו, דערוויסן מיר זיך ווי די פֿרוי, רחל לאה, האָט כּמעט באַוויזן צו ראַטעווען איר טאָכטער, עלקע, פֿון די נאַציס.
- מירענבאַד — אַ קוראָרט פֿאַר אייראָפּעיִשע רביים פֿאַר דער מלחמה. דוד לייטנערס בוך נעמט אַרײַן אַ טשיקאַווען אינצידענט וועגן אַ טעות אין פּשט צווישן אַ רבין און דעם דײַטשיש־ייִדישן אייגנטימער פֿון האָטעל.
- אַ ייִדישע פּאָעטעסע פֿון וועמען איר האָט מסתּמא נישט געהערט. סילוויאַ גובערמאַן, דאָס ווײַב פֿונעם ייִדישן שרײַבער און פֿאָרשער וואָלף יונין, האָט געשריבן פּרעכטיקע לידער. אין דעם אַרטיקל וועט איר לייענען צוויי פֿון זיי.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO